אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

טערקיי’ס פירער פאררופט בליץ וואלן

איסטאנבול – דער טערקישער פרעזידענט ראסיפ ערדואן האט נעכטן פאררופן בליץ-וואלן פאר’ן פרעזידענט אמט און פארלאמענט, זאגנדיג אז די וואלן וועלן פארקומען אום יוני 24, מער ווי א יאר פריער ווי אריגינעל געסקעדזשועלט. אין זיין מעלדונג האט ערדואן געזאגט, אז די סיבה פארוואס ער האט פאראויסגערוקט די וואלן, איז ווייל טערקיי גייט דורך פארשידענע קריזיסן און איז אין אן אומזיכערן צושטאנד, וועט פרישע וואלן פארזיכערן אז די ניי-ערוויילטע רעגירונג וועט אריינקומען מיט א שטארקן מאנדאט פונעם פובליק. למעשה זאגן עקספערטן אז ערדואן וויל פשוט צואיילן דעם פראצעדור פון נעמען מער מאכט פאר זיך, היות פאראיאר איז באשטעטיגט ווערן א רעפערענדום, אז ווער עס וועט ערוועלט ווערן אלס נייער פרעזידענט אין לאנד, וועט האבן פיל מער קאנסטיטוציאנעלע מאכט ווי פרעזידענטן ביז אהער.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.