ברוקלין – די פאליציי זוכן א פארשוין וועלכער האט זיך איינגעבראכן אין א אידישע היים אין בארא פארק. דער אינצידענט האט פאסירט אין א הויז אויף דער 39’טער גאס צווישן די פופצנטע און זעכצנטע עוועניו, וואו דער פארשוין איז אריינגעקומען, ווארשיינליך דורך אן אפענעם פענסטער, און האט זיך געדרייט אין א שטוב וואו עטליכע קינדער זענען געשלאפן. ווען איינער פון די קינדער האבן זיך אויפגעוועקט פונעם גערודער, און באמערקט דעם פארשוין, האט ער זיך גענומען מאכן קולות, דערשרעקנדיג דעם גנב, וועלכער האט געהויבן פיס און איז ארויסגעשפרונגען פונעם פענסטער, און אנטלאפן. די “ספעשל וויקטימס ביורא” פון דער ניו יארק סיטי פאליציי דעפארטמענט איז אראפגערופן געווארן ארויסצוהעלפן מיט דער אויספארשונג, און די פאליציי האט אונטערגענומען א גרונטליכע זוך אקציע צו טרעפן דעם פארשוין.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
קאראנע וויירוס דערגרייכט אנטארקטיקע טראץ שווערע...
כלל ישראל צעטרייסלט נאך שוידערליכע שיסעריי וואס קאסט...
“גרעסטע רויבעריי אין היסטאריע” פארגעקומען...
פארדאכטן אז כינע האט פרובירט צו מאניפולירן די...
זעלטענע ערד ציטערניש באטרעפט דרום-מזרח פראנקרייך
אמעריקאנע דערטרונקענעם סובמארין פון צווייטן וועלט קריג...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.