לאקאל און נאציאנאל פאליטישע נייעס און ארטיקלען

5 יאר פון באסטאן מאראטאן אטאקע

מאסעטשוסעטס – נעכטן זענען פארגעקומען עטליכע צערעמאניעס לענגאויס באסטאן, אפצוצייכענען דעם פינפטן יארטאג פון ווען עס האט פאסירט די טאפלטע באמבארדירונג טעראר אטאקע ביים מאראטאן, פון וועלכע דריי זענען אומגעקומען און אמווייניגסטנס 260 זענען פארוואונדעט געווארן. די אויפרייסן זענען דורכגעפירט געווארן דורך די טעראריסטישע ברידער – טאמערלאן צארנאיעוו, וועלכער איז געשטארבן ביי א שיסעריי אויסטויש מיט פאליציי עטליכע טעג נאך דער אטאקע, און דזשאהאר צארנאיעוו, וועלכער איז ארעסטירט געווארן נאך עטליכע דראמאטישע טעג וואס האט פאראליזירט באסטאן. די הויפט צערעמאניע נעכטן איז געווען א “מאמענט פון שטילקייט”, און רעדעס פונעם מאסעטשוסעטס גאווערנאר טשארלי בעיקער און באסטאן מעיאר מארטין וואלש, ביי א צוזאמקום פון איבערלעבער.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.