דעם צווייטן טאג יום טוב בין איך אריין אין א מאדערנער שול. דאס דאווענען איז געווען זייער שיין. זיי זינגען ווען אימער מען קען נאר, כאטש ווי ס’קוקט אויס האבן זיי נישט געהערט קיינע קאנטעמפארערי אידישע אלבומס פאר די לעצטע דרייסיג יאר. אלע ניגונים זענען געווען פון די תש”כ יארן, פארפאסט דורך קארלבאך, ברוך טשעיט, פרחי אף לאנדאן, עיבי ראטנבערג אא”וו.
ביי איין פונקט איז דער גבאי צוגעקומען צו מיר און מיך מכבד געווען מיט פתיחה. איך האב אנגענומען דעם כיבוד, טראכטנדיג וואס איז שוין פתיחה? מען עפנט דעם ארון הקודש, מען נעמט ארויס דעם ספר און מען גיט עס איבער פאר’ן חזן, אבער ווי איך האב אויסגעפינען איז פתיחה ביי זיי איז נישט אזוי ווי ביי אונז. פיר מענטשן מאכן פתיחה צוזאמען. איינער עפנט אויף איין זייט פון ארון קודש, דער צווייטער עפנט די צווייטע זייט פון ארון קודש, דער דריטער (דאס איז געווען איך) נעמט ארויס איין ספר תורה און גיט עס איבער פאר’ן חזן און א צווייטער ספר תורה און גיט עס איבער פאר’ן פערטן בעל פתיחה.
דער ארון קודש איז אויף א הויכן סטעידזש, און פתיחה דויערט א גוטע פופצן מינוט, מען זינגט צוזאמען ואני ה’, און אזוי אויך ה’ ה’ און שמע ישראל, און נאך שטיקלעך. ס’איז הערליך, אבער אין די מיענטיים שטיי איך א חסיד אין פראנט פון א מאדערנער שול פון הונדערטער קליינע אדער געשטריקטע קאפעלעך, און איך ווייס נישט וואס צו טאן נעקסט. א דזשוניאר ראביי האט מיך געגיידעט וואס צו טאן.
נאכ’ן לייענען גייט דער הויפט רב ארויף אויפ’ן ארון הקודש פלאטפארמע און הייסט יעדן זיך אויפשטעלן און מאכט א מי שברך פאר די חיילי צה”ל. דאס איז געווען א שטיקעלע סורפרייז, כאטש כ’וואלט עס געדארפט עקספעקטן. דער רב גיט אויך דרשות. כ’האב באמערקט אז ער איז מקפיד צו זאגן אלעס מיט א העברעאישע הברה, כאטש רוב עולם דארט דאוונט מיט א געווענליכע אמעריקאנער הברה.
איך פארקריך. כ’האב געוואלט צוקומען צום פונקט. איך בין דאך א כהן, און איך גיי ארויף אויף דער ריזן פלאטפארמע צום דריטן מאל יענעם טאג, צו דוכנ’ען. נאכ’ן דוכ’נען גייען אלע כוהנים פארביי די דריי ראבייס, וואס זיצן אויף די הויכע שטולן מיט’ן פנים צום ציבור, און רייכן די הענט מיט זיי, צו אפנעמען פערזענליך דעם שכוח. איך בין פערצופאל געווען דער לעצטער. ווען איך קום אראפ אונטן פון דער הויכער פלאטפארמע טרעף איך נישט מיינע שיך. עמיצער האט פארטוישט די שיך מיט מיר. ס’איז געבליבן איין פאר שיך און ס’איז נישט מיינס.
ס’איז מיר געווארן נישט גוט. א חסיד’ל וואקט זיך אריין אין א מאדנערנער שול, און באווייזט שוין אנצודרייען א סצענע וואס פאסירט איינמאל אין א מיליאן יאר. אדרבא, זאגט מיר, ווען זייט ששת ימי בראשית האט מען געהערט אז צוויי מענטשן זאלן פארטוישן שיך? א מאנטל האט מען שוין געהערט, אבער שיך? און אז א חסיד זאל אריינוואקן אין א מאדערנער שול און עמיצער זאל פארטוישן שיך מיט אים? דאס פאסירט נאר אין פיקטיווע געשיכטעס.
וואס זאל איך אייך זאגן? ס’איז געווען… אקווערד!
איך זע אפאר אלטע יעקעס וואס זיצן אין דער ערשטער שורה, און איך גיי צו צו זיי און זאג זיי אז איינער האט פארטוישט שיך מיט מיר. זיי נעמען זיך לאכן פון מיר הויך אויפ’ן קול, און פרעגן מיר צי איך בין סיניייל? יא. די אלטע אידן זאגן מיר אז איך קאלך… “ס’איז דיינע שיך,” זאגן זיי. “נעם עס און מאך נישט קיין סין דא.”
אבער איך זאג זיי, טייערע אידן, דאס איז נישט מיין שיך. דער מענטש וואס האט פארטוישט מיט מיר שיך האט טאקע די זעלבע סייז ווי מיר, און אן ענליכע סטייל שיך, אבער איך האב עקא שיך, און יענער האט ראקפארט. זאגט מיר איין אלטער שייסער דארט, נו, נעם די ראקפארט און גיי. ס’איז ווערט סאך מער. (וואס ווייסן זיי די אלטע חברה?)
ביי דעם פונקט האט שוין די גאנצע שול געקוקט אין מיין ריכטונג, און ס’איז געווען בושות וחרפות כמו שכתוב. איינער פרעגט מיר צי ער זאל גיין רעדן צום ראביי און אים פארציילן וואס ס’איז געשען. ביי יענע קרייזן אינוואלווד מען דעם ראביי אין יעדן אישו. “ווילסט גיין? גיי,” זאג איך אים.
נאך אפאר מינוט קומט אן עלטערער ראביי אראפ צו גיין פון דער הויכער פלאטפארמע (ווי ס’שטעלט זיך ארויס אויך א כהן) און איך זע ווי ער טראגט טאקע מיינע שיך. ער אנטשולדיגט זיך פאר מיר פאר דעם טעות. ער זאגט אז די שיך האבן זיך אים געפילט אביסעלע פאני.
די גוטע נייעס איז געווען אז יעצט האט דער עולם אויפגעהערט צו לאכן פון מיר. זיי האבן געזען אז דער חסיד דמיונ’ט נישט סתם אזוי. די עלטערע אידן האבן מיר גאר געזאגט וואספארא האנאר ס’איז פאר מיר אז א “דיין” (דעם טיטל האבן זיי אים געגעבן) האט שפאצירט אין מיינע שיך.
אויפן וועג צוריק פון די בימה האבן אלע גערייכט די הענט מיט מיר, גוטמוטיגע, און יעדער האט זיכער געמאכט צו מאכן א וויצל איבער דעם מאדנעם אינצידענט. איינער האט זיך געאייסערט, “דער איז עי פוירסט טיים פאר עווריטינג.”