וואשינגטאן – פרעזידענט דאנאלד טראמפ האט נעכטן אונטערגעשריבן א פארארדענונג, וועלכע בלאקירט אין אמעריקע דעם באנוץ פון דער אינטערנעט-וואלוטע, בעסער באקאנט אלס “קריפטא-וואלוטע”, וואס די ווענעזועלער רעגירונג האט אנטוויקלט מיט עטליכע וואכן צוריק. דער פלאן פונעם ווענעזועלער פירער ניקאלעס מאדוראו מיט’ן ארויסשטעלן די נייע אייגענע קריפטא-וואלוטע, איז געווען ארויסצוהעלפן די ארטיגע געפלאגטע עקאנאמיע, און באזונדער אויסצוקרויזן אמעריקאנער סאנקציעס, וויבאלד האנדלערייען מיט קריפטא-וואלוטע איז עפעס וואס קען נישט נאכגעקוקט ווערן געהעריג. למעשה האט יעצט טראמפ אונטערגעשריבן א פארארדענונג, וועלכע וועט בלאקירן סיי וועלכע טראנזאקציעס פון דער ווענעזועלער קריפטא-וואלוטע, וועלכע שטעלט א פיסל אונטער מאדוראו’ס גאנצער פלאן.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
קאראנע וויירוס דערגרייכט אנטארקטיקע טראץ שווערע...
כלל ישראל צעטרייסלט נאך שוידערליכע שיסעריי וואס קאסט...
“גרעסטע רויבעריי אין היסטאריע” פארגעקומען...
פארדאכטן אז כינע האט פרובירט צו מאניפולירן די...
זעלטענע ערד ציטערניש באטרעפט דרום-מזרח פראנקרייך
אמעריקאנע דערטרונקענעם סובמארין פון צווייטן וועלט קריג...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.