פיאנגיענג – דער אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט, רעקס טילערסאן, האט נעכטן געזאגט, אז זינט פרעזידענט טראמפ האט פארגאנגענעם דאנערשטאג אקצעפטירט דעם אנבאט פון צפון קארעא’ס דיקטאטור קים יאנג אן, זיך אראפצוזעצן מיט אים פאר א היסטארישער זיצונג, האט די אמעריקאנער רעגירונג דערווייל גארנישט געהערט פון צפון קארעא. די שטילקייט האט געברענגט שפעקולאציעס, אז צפון קארעא האט סתם געטריבן שפאס פון אמעריקע און פון פרעזידענט טראמפ מיט’ן שיקן די איינלאדענונג, און יעצט זענען זיי שטיל, ווייל זיי ווילן נאכמער אנציען די געמיטער. למעשה האט די ווייסע הויז ווארטזאגערין סערע סענדערס געזאגט נעכטן, אז טראץ די שטילקייט, דערווארט די טראמפ אדמיניסטראציע אז דער צוזאמטרעף וועט פארקומען.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
קאראנע וויירוס דערגרייכט אנטארקטיקע טראץ שווערע...
כלל ישראל צעטרייסלט נאך שוידערליכע שיסעריי וואס קאסט...
“גרעסטע רויבעריי אין היסטאריע” פארגעקומען...
פארדאכטן אז כינע האט פרובירט צו מאניפולירן די...
זעלטענע ערד ציטערניש באטרעפט דרום-מזרח פראנקרייך
אמעריקאנע דערטרונקענעם סובמארין פון צווייטן וועלט קריג...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.