ארטיקלען און געדאנקען

א נסיעה צו דער צוקונפט

ביז געציילטע מינוטן וועלן מיר אנקומען צו דער גרעניץ פון ניו דזשוירזי. יעדער זאל ביטע ארויסנעמען דעם פּאספּארט.

איי. ס’איז ביטער אנגעשטויסן. מיר וועלן דא שטיין אביסל. איז, לאמיר דערווייל ממשיך זיין דערציילן איבער דער היסטאריע פון דעם פלאץ.

“דהי רעפובליק אוו ניו דזשוירזי”, וואו מיר וועלן מיט’ן אויבערשטנ’ס הילף אריינפארן אין קורצן, איז אמאל געווען א שטאט – יא, אזוי ווי איר הערט: א שטאט – טייל פון א ריזיגן לאנד, וואס האט געהייסן די “פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע”.

איין מינוט, איין מינוט. דאס דאזיגע לאנד, אמעריקע, ווי מען האט עס גערופן אין קורצן, איז נישט באשטאנען פון בלויז “דהי רעפובליק אוו ניו יארק” און “דהי רעפובליק אוו ניו דזשוירזי”. די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע – “דהי יונייטעד סטעיטס אוו אמעריקע”, ווי ס’ווערט גערופן אויפ’ן היגן לשון – האט זיך געצויגן איבער’ן גאנצן אונטערשטן טייל פון דעם קאנטינענט! דער רוסישער “אלאסקע” ראיאן איז אין יענער צייט געווען אויך טייל פון דעם דאזיגן לאנד.

ביי דער קומענדיגער נסיעה, וואס וועט פארקומען מערצעשעם אין צוויי חדשים ארום, וועלן מיר באזוכן אין דעם כפי-ערך רייכן לאנד טעקסאס (וואו יעדער פארמאגט זיך זיין אייגענעם פערד-און-וואגן!) – וואס איז אויך געווען טייל פון דער מעכטיגער אמעריקאנער אימפּעריע.

*

די שורה רירט זיך, ברוך השם. יעדער האט דעם פּאספּארט אין די הענט? גוט.

איז, וואו האבן מיר געהאלטן? יא. נישט נאר איז אמעריקע געווען משונה’דיג גרויס, נאר רייך ווי קורח! לויט געוויסע היסטאריקערס איז אמעריקע צו יענער צייט געווען פאררעכנט אלס דאס רייכסטע לאנד אין דער וועלט!

איר זעט דארט ביי דער זייט, וואו די פערד פּאשן? דארט פלעגן שטיין אזעלכע דורכגענג, וואו די קארס פלעגן צאלן שטייער פאר’ן אריינפארן פון ניו דזשוירזי קיין מאנהעטן. מאנהעטן איז דעמאלט געווען א כרך איינער אין דער וועלט! פרעגט נישט. אבער עס זענען נישט געווען קיין שטיבעלעך. דאס איז געווען אזא ספעציעלע קינצליכער אפאראט וואס האט אויטאמאטיש אראפּגערעכנט דעם שטייער אפּצאל. די קארס האבן געהאט אזעלכע קארטלעך און די אפאראטן האבן זיך אויף אן אופן פארבונדן מיט די קארטלעך און אזוי ארום איז דער שטייער באצאלט געווארן.

פארוואס האט דער פּאטענט אויסגעפעלט? הא! דארפט איר וויסן אז אין יענע צייטן האט כמעט יעדער מענטש פארמאגט אן אייגענעם קאר. ס’זענען געווען אזעלכע וואס האבן גאר פארמאגט מער ווי איינעם! יעדער האט געהאט קארס און ס’האט זיך געטאן א געפארעכץ אויף כוח. פארן פון ניו דזשוירזי קיין ניו יארק איז געווען אזוי פשוט ווי פאר אונז זיך אריבערלויפן צום בעקער קויפן צוויי לאבנס ברויט. אזוי פשוט און אזוי ביליג איז עס דעמאלט געווען.

אז מען האט געוואלט פארן אביסל ווייטער, אדער מעבר לים, האט מען זיך באנוצט מיט אן עראפלאן. אן עראפלאן איז דעמאלט געווען א וואכנדיגער באגריף. איך זאג נישט, פּרעמיער מיניסטער פארנאנדא פּערעז וואלט דעמאלט געהאט אן אייגענעם עראפּלאן, אהערגעשטעלט בעסער און מיט מער לוקסוס ווי אנדערע. אבער יעדער – ממש יעדער מענטש – האט זיך געקענט דערלויבן צו כאפן אן עראפּלאן נסיעה. פּרעמיער פּערעז וואלט דעמאלט נישט געדארפט שיקן קיין בריווען צום פארטיידיגונגס דעפארטמענט און בעטן אים אהערצושטעלן דעם עראפלאן צו שטיין גרייט אין דריי וואכן ארום. ער וואלט געהאט זיין אייגענעם עראפלאן! (מען זאגט, אז דער אמעריקאנער מלך האט דעמאלט פארמאגט אן אייגענעם פליגער וואס האט געהאט אויף זיך א טעלעפאן! אבער יש אומרים אז דאס איז שוין א גוזמא.)

שיפן? ווער האט דעמאלט געדארפט א שיף? א רייזע אויף א שיף האט מען אונטערגענומען בלויז פאר שוואוילטאג.

*

רבותי, מיר זענען דא. יא, נישט זארגן. דער באאמטער רעדט שפּאניש. ער וועט אנהייבן רעדן ענגליש ווייל ס’פּאסט נישט די היגע ערלים צו אנערקענען אז קיינער קען נישט די שפּראך. אבער ביז א פּאר מינוט וועט ער זיך ברעכן און רעדן שפּאניש אז ס’וועט גיין א רויך.

איך האב עס מיט זיי יעדעס מאל עקסטער. זיי זענען עפּעס געפערליך שטאלץ, די חברה דא. מ’זאגט אז ס’איז אן איבערבלייבעניש פון די אמאליגע צייטן, ווען זיי זענען געווען מושל בכיפּה. נו, זאל זיי וואויל באקומען.

גראדע זאגט מען (כ’מיין אז איך האב אזוי געלייענט אין עפּעס א היסטאריע בוך) אז בימים ההם זענען די אמעריקאנער געווען באוואוסט אלס צוגעלאזענע, פריינטליכע מענטשן. האב איך געהערט אן אינטערעסאנטע אבסערוואציע פון איינעם: דעמאלט, ווען זיי זענען טאקע געווען ברום המעלה, האבן זיי זיך געקענט דערלויבן צו זיין פריינטליך. ס’איז נישט קיין קונץ פאר אן עושר צו שמייכלען צו יעדן. אבער היינט – ווער קוקט דען אויף זייער זייט? 43 צוריקגעשטאנענע לענדער, וואס לעבן בעיקר אויף טוריזם פון מעקסיקאו, אוודאי זענען זיי אנגעבלאזן!

וואס, נישט אמת? זעליג: ווער שלעפּט דיר אהיים די קארטאפל פון מארק יעדן זונטאג. אן ערל וואס האט זיך בגניבה אריבערגעשווערצט פון איינעם פון די אמעריקאנער לענדער צו אונז קיין מעקסיקאו!ווער? שלמה האט פארלוירן דעם פּאספּארט? נישט געפערליך. ריק אריין דעם ערל אין יד פינף פּעסאס. ער וועט דיר אריינטראגן אויף די אקסלען! וואס דען? אכט וואכן געהאלט!

נו, רבותי, מיר גייען…

איבערן שרייבער

שמואל שטערן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.