פון אלץ און אלעמען

רחמנות אויפ’ן אידישן ווארט

ווי איר זעט, בין איך למזל ולברכה מגלגול געווארן אין א שרייבער. פריער בין איך געווען א מולטי-לעוועל-מאַרקעטינג עקספּערט. שפּעטער האב איך זיך באזעצט אין ריעל עסטעיט לכל פּרטי’ ודקדוקי’ – געדרייווט אַן ״אינפיניטי” (לימיטעד עדישאן), אריינגעפּלוידערט אין אן אייפאון, זיך ברייטהארציג געווארפן מיט 1.2/2.3/3.4 ציפערן, אזוי לאנג און ברייט ביז צו דער גליקליכער ענדע (פּירוש רש”י: געלע און רויטע צעקת-הדל-תקשיב-ותושיע-קומט-אין-די-מאסן-צום-לעבנסוויכטיגן-טיי-אוונט-פאר-א-יונגערמאן-א-בעל-חוב פּלאקאטן) – ועד בכלל.

ויסעו ויחנו; געפארן און געקומען, ביז דאס מזל האט מיר אפּגעגליקט און כ’בין פארוואנדלט געווארן אין א שרייבער.

(“פינחס גלויבער, דער שרייבער.” פּששש. זעט נאר ווי דער אין שפּיגל שמייכלט צו מיר מיט אזא הנאה!)

איבערנאכט בין איך אויסגעוואקסן ביי מיינע נאענטע אין די אויגן פּי כמה. (עלטערן: “טאקע? א שרייבער? קוק נאר אהער!” געשוויסטער: “גייסט שרייבן יעדע וואָך? WOW!” אור-עלטערן: “הערסטע: פינחס? ער שרייבט!” פעטערס-מומעס: “א שרייבער גאר? פּשי-האַ. א גאנצער קאפּ-שטיק געווארן! כע כע כע…”)

אייך, טייערע אידן, מעג איך אבער דערציילן דעם אמת אז דער גאנצער געטומעל איז הבל וריק אין בו ממש. ווייל קודם כל, אלס א שרייבער בין איך א מורא’דיגער גרונטליכער מענטש, א מבין אויף דעם תוך פון יעדער זאַך, און נבון המבין נבונה מתוך נבונה. איז, וואס מיר פּשי-האַ! גאנץ געשעפט. ‘אויך מיר מבינים אויף א גוט שטיקל געשרייבאכץ!’

און צווישן אונז גערעדט: וואס איז דען א שרייבער אין אונזערע קרייזן? אנשטאט זעגן האלץ אין לאָמבער יאַרד גיסט ער טינט אויף פּאפּיר. די גדולה וואס א שרייבער האט איבער אנדערע, סתם עמך “נישט-שרייבער” מענטשן איז, 1. ער פארמאגט א אידיש-ענגליש/ענגליש-אידיש ווערטער-בוך; 2. קען ספּעלן די שווערסטע וואָרט אין דער אידישער שפּראך (“אומפּרעצעדענטלאָזע” איז נישט קיין שלעכטער ביישפּיל); 3. ער קען אריינשטעלן וואס מער “שווערע ווערטער” אין זיין ארבעט (“ציען א פּאראלעל”, “שמיטשיק אריבער”, “סקרוך אין די ביינער”, “געביילטע פויסטן”, וכו’ וכו’).

איך בין א יחיד מומחה אין די אלע זאכן – נישט פון היינט, נאר נאך פון די צייטן ווען כ’האב מיט שרייבן גארנישט געהאט! וואס, איר גלייבט נישט? נאַט אייך: סאַמאַרקאַנד, גלייכצייטיג, אומאפּהענגיג, פילייכט, מאסן-פארניכטונגס וואפן, עלעקטערישער שטראם דורכגעלאפן דעם גיגאנטישן זאל, מדבר סאהארא, ווייטשטרעקיג, קורצזיכטיג, נאסא, אמבאסאדע, והפרזי והיבוסי, והגרגשי…

גענוג?

*

אבער לאמיר רעדן אביסל ערנסט. וועלן מיר א בליק געבן אויף דעם אידישן ווארט און זען וויאזוי עס ווערט היינט געשריבן; וואספארא פּנים עס טראגט אונזער מאמע לשון.

איז אזוי. די אידישע שפּראך, גענוי ווי, להבדיל, אלע אנדערע שפּראכן אויף דער וועלט, פארמאגט גראַמאַטיק-געזעצן, כללי דקדוק. די כללים פון דער אידיש-גראמאטיק באשטייען פּשוט פון ידיעות, וואס יעדער קען זיך אויסלערנען.

פאראן אבער איין חלק אין הלכות גראמאטיק, וואס האט צוטאן מיט פּשוט שכל – “קאַמען סענס” בלע”ז. דאס הייסט, זאכן וואס זענען נישט בכלל עפּעס וואס מען דארף זיך אויסלערנען, נאר פּראסטע כללים וואס דער שכל איז זיי מחייב. און אויב גרייזט מען מיט זיי, איז עס נישט קיין פּראבלעם פון חסרון ידיעה, נאר פּשוט שפּייען טרוקן לאָגיק אין פּנים.

למשל. יעדע זאך איז א לשון זכר, א לשון נקיבה, אדער נייטראל. ביישפּילן: “טיש”, “בוים” און “הימל” זענען דריי ווערטער וואס גייען אריין אין דער לשון-זכר קאטעגאריע; “שיף”, “וואנט” און “ערד” זענען דריי ווערטער וואס גייען אריין אין דער לשון-נקיבה קאטעגאריע; “אייניקל”, “פלייש” און “וואסער” זענען בכלל לשון-נייטראל.

א לשון זכר איז “דער”. לשון נקיבה איז “די”. לשון נייטראל איז “דאס”.

די אויסגערעכנטע משלים זענען זאכן וואס מען קען נישט פון זיך אליין וויסן אין וועלכער קאטעגאריע זיי באלאנגען. דאס זענען ידיעות וואס מען דארף זיך עררייכן. אבער איין זאך איז קלאר: די זעלבע זאך קען נישט אין זעלבן פּאראגראף זיין סיי דאס, סיי יענץ.

כדומה לו. פאראן לשון יחיד און לשון רבים. אפטמאל ביי אונז קען מען טרעפן אז די זעלבע זאך, אין זעלבן זאץ, איז פריער געווען א לשון יחיד, און ווערט פלוצלונג פארוואנדלט אין א לשון רבים.

דאס זעלבע איז מיט לשון עבר, הוה און עתיד. אויב עפּעס געשעט “יעצט”, קען נישט די זעלבע זאך, אונטער די זעלבע אומשטענדן, און אין דער זעלבער צייט האבן געשען פריער, אדער זיין אויפ’ן וועג פון געשען שפּעטער.

פאלגענד איז דער ערשטער פּאראגראף פון א מעשה, ווי ער וואלט מסתמא געשריבן געווארן אין כמעט יעדער אידישער אויסגאבע.

“יאנקל שפּאצירט אויף די גאַס. איבער אים איז געווען אויסגעצויגן א בלויער הימל, אויף וועלכע ס’האט זיך נישט געזען קיין זכר פון א וואלקן, באזעצט מיט א פייערדיגע תמוז-זון, וועלכער האט געבאקן מיט’ן ברען פון א כשר’ן מצה-אויוון ערב פסח.”

דער דאזיגער פּאראגראף איז טאקע נישט קיין ציטאט פון עפּעס וואס ערגעץ-וואו געווען געדרוקט. מיר וועלן אבער מודה זיין, אז ער וואלט דורכגעגאנגען כמעט יעדן צענזור פונעם היינטצייטיגן געדרוקן אידישן ווארט.אבער לאמיר באטראכטן דעם פּאראגראף אביסל נאענטער. “יאנקל ‘שפּאצירט’ אויף די גאס.” דער זאַץ איז געשריבן מיט א לשון הוה; עס געשעט אין דער געגנווארט. יאנקל שפּאצירט “יעצט” אויף דער גאס.

“איבער אים איז ‘געווען’ אויסגעצויגן א בלויער הימל.” געווען. משמע: א לשון עבר. ס’איז געשען אין דער פארגאנגענהייט. יאנקל מעג “האבן שפאצירט” אויף די גאס, און דעמאלט וועלן אלע קטיגורס מסכים זיין אז איבער אים האט געמעגט “האבן געווען אויסגעצויגן” א בלויער הימל. דאס זעלבע, יאנקל מעג יעצט “שפּאצירן” אויף די גאס, אויב איבער אים איז “יעצט אויסגעצויגן” א בלויער הימל. א מעשה לסתור איז א זאך וואס די גמרא דערלאזט נישט.

איבער יאנקל איז אויסגעצויגן א “בלויער” הימל. איז דער הימל, הייסט עס, א לשון זכר. אבער אם כן, וויאזוי פארט ווייטער דער “אויף ‘וועלכע’ ס’האט זיך נישט געזען קיין זכר פון א וואלקן?” אדער אויף “וועלכן”, אדער “די” הימל.

“פייערדיגע” תמוז-זון, “וועלכער” האט געבאקן מיט’ן ברען פון א כשר’ן מצה-אויוון ערב פסח? זאל די/דער-דער/די זון באקן וויפיל ער/זי-זי/ער וויל נאָר; אבער געוואלד! ס’דארף פריער קלאר ווערן צי “דאס” זון באלאנגט אין בית המדרש, צי אין עזרת נשים.

(אגב. דער לשון-זכר אויסדרוק פון “דער” ווערט גענוצט אויך אויף א לשון נקיבה אין פארשידענע פאלן. אבער ווידעראמאל: דערצו זענען פאראן באשטימטע כללים וועלכע מען דארף פשוט זיך דערלערנען. איך רעד דא פון סתם האקן א טשייניק מיט דער/די/דאס וואס קומט פון פשוט נישט טראכטן.)

*

דער דאזיגער פּאראגראף מיט די פּירושים איז נישט קיין גוזמא’דיגע אילוסטראַציע. קוקט אריין אינעם געשריבענעם אידיש-ווארט, וועט איר זען אז מעין-דוגמת זה איז צום געפינען כמעט איבעראל, אין כמעט יעדן פאראגראף.

און דאס, רבותי, האט שוין גארנישט צוטאן מיט דער מלאכת הכתיבה. ס’איז פּראסט טרוקן שכל.

אין מיינע אויגן איז דאס זיך נישט האלטן צו א באשטימטער ליניע פון איינשטעלן א מינימאלע איינהייטליכקייט אינעם געשריבענעם ווארט א נאכלעסיגקייט פון דעם שרייבער, און עס ווייזט אויף א בפירוש’ער גרינגשעצונג פון דעם שרייבער כלפּי דעם לייענער.

דער לייענער האט דאך געשפּענדעט א פּאר צענט און מינוט צו זען וואס איר האט פאר אים אנגעשריבן; ווייזט אים ארויס אביסעלע רעספּעקט. כאטש דאס…

איבערן שרייבער

שמואל שטערן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.