אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

עגיפטן’ס אורטייל איבער ים סוף אינזלען

קאירא – דער העכסטער סופרים קאורט אין עגיפטן האט ארויסגעגעבן אן אורטייל, אז דער באשלוס פון דער עגיפטישער רעגירונג אוועקצושענקען צוויי ים סוף אינזלען פאר סאודי אראביע איז ענדגילטיג, און קיין שום עגיפטישע געריכט קען שוין נישט פרובירן דאס צו בלאקירן. די עגיפטישע רעגירונג פון פרעזידענט אבדעל פאטאח על סיסי האט מיט 2 יאר צוריק געמאלדן אז זיין רעגירונג שענקט אוועק די צוויי אינזלען “טיראן” און “סאנאפיר” פאר סאודי אראביע, אלס טייל פון על סיסי’ס שריט זיך צו חנפ’נען צום סאודיער קרוין פרינץ מוכאמעד בין סאלמאן. די וועלכע פארטיידיגן די שענקונג זאגן, אז די אינזלען האבן נאר באלאנגט פאר עגיפטן זינט 950′, ווען סאודי אראביע האט געבעטן עגיפטן צו באשיצן די אינזלען, אבער למעשה האבן קעגנער פארפירט אז על סיסי האט נישט קיין רעכט סתם אזוי אוועקצוטיילן די אינזלען, וויבאלד עגיפטן האט געהאט די אינזלען אונטער זייער קאנטראל מיט הונדערטער יארן צוריק. דער סופרים קאורט האט אבער געאורטיילט אז די אוועקשענקונג איז ענדגילטיג.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.