טויזענטער סטודענטן אין האנג קאנג האבן איגנארירט די פאקט אז דעם מאנטאג איז די ערשטע לערן-טאג פון יאר, און זיי האבן ווייטער פארגעזעצט מיט פראטעסטירן קעגן די כינעזע פראוון צו שטערן זייער דעמאקראטיע.
מ’קען נישט זאגן אז זיי זענען נישט געקומען אין שולע, פארקערט, די טויזענטער סטודענטן האבן זיך אויסגעשטעלט פארנט פון זייערע שולעס, און נישט צוגעלאזט קיינעם אריינגיין, אריינגערעכנט די לערער, כאטש זיי ווייסן אז מ’קען זיי ערנסט באשטראפן דערפאר.
דאס קומט נאך א ספעציעל ווילדע וואך פון פראטעסטן, ווען די רעגירונג האט געמאלדן אז “די פראטעסטן גייען זיך ענדיגן אין נאנטן”, אן אריינצוגיין אין מער דעטאלן.
אזויפיל ווי 10,000 סטודענטן פון איבער 200 שולעס און אקאדעמיעס, האבן זיך אנגעשלאסן אין דעם באיקאט און נישט געקומען אין שולע, נאר פראטעסטירט און געזינגען, טייל פון זיי מיט גאז מאסקעס אויף זייערע גיזיכטער.