צוויי פליגער-שיפן האבן זיך צוזאמענגעקראכט אין דרום מזרח אלעסקא, פון וואס מינימום פיר זענען אומגעקומען, צען זענען פארוואונדעט געווארן, און צוויי זענען דערווייל פארלוירן.
ווי די אוויאציע באאמטע געבן איבער, האט די ערשטע פליגער פארמאגט 11 מענטשן און די צווייטע האט פארמאגט 5. די צוויי האבן זיך צוזאמענגעקראכט אין די לופטן, און עס איז נאכנישט קלאר פארוואס די עקסידענט האט פאסירט.
די פליגער-שיפן פארמאגן אויף זיך שיף-פיסלעך וואס מאכט זיי קענען לאנדן אויפן וואסער און שווימען, ווערנדיג באנוצט אלס אטראקציע פאר טוריסטן. ביידע פליגער האבן באלאנגט פאר די “ראיאל פרינסעס” פירמע, און געטראגן טוריסטן פאר א אטראקציע רייזע.
איבער 50 רעטונג’ס לייט זענען געקומען צום סצענע, און אלע פארוואונדעטע זענען שנעל אפגעפירט געווארן אין שפיטאל צו באהאנדלונגען.