א אידישער ביזנעסמאן פון דייטשלאנד מיטן נאמען שמואל מ. האט אריינגעגעבן א קלאגע קעגן “קאוויעט עירוויס”, די קאוויעטישע לופטליניע, וואס האבן אים נישט געלאזט פליען אויף זייער פליגער צוליב וואס ער פארמאגט איזראעלי בירגערשאפטץ
אין די קלאגע באטאנט דער ביזנעסמאן אז ער האט באשטעלט א פליה-רייזע פון מינכן קיין סרי-לאנקא פארלאפענעם נאוועמבער, אבער זיי האבן אים נישט געלאזט פארן מיט א איזראעלי פאספארט.
ווען ער האט זיי געפרעגט אויב ער וועט קענען באקומען כשר’ס צו עסן, האבן זיי אים געמאלדן אז ער קען נישט פליען מיט זייער לופטליניע, און זיין טיקעט איז געקענסלט געווארן.
די אדוואקאטן פון קאוויעט עירוויס טענה’ן אז לויט די קאוויעטישע געזעץ טאר מען נישט מאכן קיין ביזנעס מיט אירזאעל אדער מיט איזראעלי בירגער, און דערפאר האבן זיי געזעצליך נישט געמעגט ארויפברענגען דעם איד אויף זייער’ס א פחיגער.
ס’איז ווערד צו באצייכענען אז די פראנקפארט געריכט אין דייטשלאנד האט שוין איינמאל געאורטיילט אז מ’קען נישט צווינגען קיין לופטליניעס צו נעמען איזראעלי בירגער מיט זיך, אין פאל וואס עס איז אומלעגאל לויט די געזעצן פון יענעם לאנד.