א מאן אין די שטעטעלע דזשעדצאוו אין מזרח טשעכיי איז פארציקט געווארן דורך א לייב וואס ער האט געהאדעוועט אומלעגאל ביי זיך אין שטוב.
די קערפער פון דער 34 יעריגער מיכאאיל פראסק איז געפינען געווארן דורך זיין טאטן אינעווייניג אינעם שטייג פונעם לייב, וועלכע איז געווען פארשלאסן.
פראסק האט געקויפט די ניין יעריגע לייב אין יאר 2016. פאראיאר האט ער געקויפט אויך א לייביכע און זיי ביידע געהאלטן אין שטייגן אין די אונטערשטער הויף פון זיין הויז.
פאליציאנטן וואס זענען אלארמירט געווארן האבן דערשאסן צום טויט די צוויי פארציקענדע באשעפענישן, זאגנדיג אז זיי האבן דאס געמוזט טון כדי ארויסצונעמען דעם טויטן קערפער.
די לייבן וואס ער האט געהאדעוועט אין שטוב האט שטארק באזארגט די ארומיגע שכנים, פראסק האט שוין געצאלט קנס אינעם פארגאנגענהייט פארן האלטן אומלעגאל די באשעפענישן אין שטוב, אבער מען האט קיינמאל נישט געקענט קאנפיסקירן די באשעפענישן וויבאלד ער האט נישט אריינגעלאזט אין זיין פריוואטע טעריטאריע.