אין א מאדנע אינצידענט וואס האט זיך אפגעשפילט אין קאסטא ריקא, האט א שארק פיש אומגעברענגט א טוריסט וואס איז געקומען פון אמעריקע, ווען דער טוריסט האט געהאלטן אינמיטן אריינדייוון אין די טיפע וואסערן.

די אינצידענט האט זיך אפגעשפילט פארגאנגענעם וואך דאנערשטאג, ווען א פרוי אין עלטער פון 49 יאר, איז געקומען באזוכן דעם מאַנאַגעריטאַ נאַציאָנאַלער פארק אין נילאַ קאָקאָ, אין קאסטא ריקא.

די פרוי איז אריינגעשווימען אין די טיפע וואסערן צוזאמען מיט א געהילף פון די פארק, וואס האט איר געגעבן אינסטרוקציעס וואו צו שווימען.

אלעס איז געפארן גלייך, ביז ווען זיי האבן שוין געהאלטן אויפן וועג צוריק און א גרויסע שארק פיש האט זיך פארטשעפעט אין איר.

איר געהילף און נאך מענטשן פונעם שיף וואס האט זיי געברענגט, האבן פרובירט אלע מיטלען וואס נאר מעגליך איר צו ראטעווען, אבער עס איז נישט געגאנגען וויבאלד זיי אליינס זענען געווארן געשעדיגט פון דעם אגרעסיוון שארק פיש.

די באאמטע פון דעם פארק האבן אויסגעדרוקט מיטלייד און סימפאטיע צו די פאמיליע, אויף די אומגעקומענע קרבן, און האבן געזאגט אז זיי האבן א גאנצע צייט רעספעקטירט די פאמיליע ווען זיי האבן געוויילט אין דעם פארק.

אויטאריטעטן וואס זענען נאכגעגאנגן די פריעדיגע רעקאָרדס, ווען נאך עס האט פאסירט אזא פאל, האבן ערקלערט אז עס האט שוין פאסירט 5 אזאנע פעלער, ווען מענטשן זענען אומגעקומען פון שארק פישן, אבער די נעכטיגע פאל איז געווען זייער מאדנע, וויבאלד עס איז אומפארשטענדליך וויאזוי דאס האט פאסירט.

איבערן שרייבער

משה ווייס

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.