דער מיליאנער און אינוועסטאר קעווין אלערי, האט אין א ביזנעס שמועס צו סי-ען-בי-סי, שטארק אראפגעריסן דאס צאלן דריי דאלער פאר א גלעזל קאווע, און פאר אומזיסטע שפענדונגען וואס פעלן נישט אויס, זאגנדיג אז עס קאסט אים זיין קאווע ארום צוואנציג צענט, און יעדעס ביסל מער איז ארויסגעווארפן געלט וואס מען קען אינוועסטירן דערמיט.
דער מיליאנער האט געגעבן א שמועס מיט אנווייזונגען און טיפס צו אינגע אינוועסטארס, זייענדיג א מיליאנער דורכן זיך אליינס אויפבויען, און שטאמענדיג פון א פאמיליע וואס האט נישט געהאט קיין געלט.
רעדנדיג פון שפענדן איבריג געלט האט ער ארויפגעברענגט די טעמע פון קאווע, און אפגעשפעט פון די אלע סארט באפוצטע נעמען וואס מען געבט פאר א גלעזל קאווע, אז מען זאל קענען רעכענען דערפאר מער געלט, זאגנדיג קאמיש, “איך דארף נישט קיין פרעפעטשינאו-בלא-בלא-בלא, וואף-וואף-וואף מיט די אלע שיין באפוצטע נעמען…” אנשטאט מאך איך זיך אינדערהיים.
דער מיליאנער זאגט אז ער טרונקט קאווע יעדע צופרו, אבער ער מאכט דאס אליינס, “…עס קאסט מיר ארום 18 צענט, און די איבריגע געלט, נוץ איך צו אינוועסטירן.”
דער מיליאנער האלט פון די געדאנק פון אוועקלייגן אפילו קליינע סומעס געלט, און אינוועסטירן נאכאנאנד. ער האט גענוצט די קאווע אלס א ביישפיל, און דאן גערעדט פון אנדערע זאכן וואס מען קויפט אבער מען נוצט דאס נישט און עס איז אשאד די געלט. “די וועג וויאזוי איך ארבעט זאגט אלערי, איז אז איך קויף גארנישט וויבאלד עס איז ביליג. אדער ווייל איך טראכט אז איך וועל דאס קענען אמאל נוצן, און ביי יעדער איינקויף טראכט איך גוט אריין צו וועל איך דאס טאקע נוצן?”
די חשבון איז קלאר, ווייל אויב קויף איך דאס נישט, בלייבט די געלט ביי מיר, און איך קען דאס נוצן צו איינשטעקן, און די געלט וועט מיר ברענגען נאך געלט, אפילו ווען איך שלאף.
דער מיליאנער טוט רעקאמענדירן און זאגט, “נישט קיין חילוק וואס אייער אינקאם איז, זאלט איר אראפנעמען צען פראצענט פון אייער טשעק יעדע צווייטע וואך דערפון און דאס נוצן צו אינוועסטירן.” ווייטער זאגט ער “מענטשן זאגן איך קען נישט, איך קען קוים צאלן רענט, אבער דאס איז איבערגעטריבן, איר קויפט זאכן יעדן טאג וואס איר דארפט נישט!”
“וואס איך דארף נישט” זאגט אלערי און איז גענצליך איבריג איז קאווע, איך לייג זיך אוועק טעגליך די צוויי דריי דאלער, איך אינוועסטיר דאס און עס ארבעט.