פרישע סאטעליט בילדער וואס זענען נעכטן נאכט ערשינען צייגן א פארדאכט אז איראן האט ארויסגעשיקט א פרישער סאטעליט צום ספעיס, נאכדעם וואס די פאראייניגטע שטאטן האט געווארנט איראן זיי זאלן זיך נישט דערוואגן דאס צו טוען.
ביז יעצט האט איראן דערווייל גארנישט געוואלט באשטעטיגן איבער א סאטעליט ארויפשיס צום ספעיס אין די לעצטע פאר טעג.
די סאטעליט בילדער זענען געכאפט געווארן פארלאפענעם דינסטאג דורך די אמעריקאנער “דידזשיטעל גלאוב” פירמע, און זענען נעכטן נאכט ארויסגעגעבן געווארן פארן פובליק.
אויף די בילדער זעט מען א מיסל וואס שטייט אויפן ארויסשיס פלאטפארמע אין צענטער פון די כומעני ספעיס צענטער אין איראן.
א טאג שפעטער האט די זעלבע פירמע געכאפט דארט נאך א בילד, דאסמאל האט מען בלויז געזען דעם פלאטפארמע, אבער דער מיסל איז שוין נישט דארט געווען, און דער ערד פון ארום האט אויסגעזען פארברענט ווי נאך א מיסל ארויסשיס.
די איראנער מידיע אדער רעגירונג האט נישט גערעדט פון קיין שום ספעיס ארויפשיס, וואס דאס ברענגט ארויף א פארדאכט אז איראן האט אנגעפיפן אמעריקע און יא געשיקט א סאטעליט צום ספעיס בשתיקה.
פאר א מאנאט צוריק האט איראן געשיקט דעם ‘פיאם’ סאטעליט צום ספעיס וואס איז דורכגעפאלן, ווי שוין באריכטעט דא.
עטליכע טעג בעפאר דעם דורכפאל האט דער איראנער פרעזידענט כאסאן רוכהאני געזאגט אז טעהאראן וועט שיקן צוויי סאטעליטן צום ספעיס מיט די הילף פון מיסלס, און נאך דעם דורכגעפאלנער ארויפשיס האט דער מידיע מיניסטאר פון איראן געזאגט אז די צווייטע סאטעליט “ווארט אויף איר ארויסשיס”, אבער ער האט נישט געזאגט ווען און וואו עס וועט פארקומען.
קליקט אויף די בילדער עס צו זען קלארער:
די בילד פון דינסטאג, א מיסל שטייט אויפן ארויסשיס פלאטפארמע
די בילד פון מיטוואך, די מיסל איז פארשוואונדן און די ערד איז אפגעברענט