לאקאל און נאציאנאל

פענטעגאן ערהאלט שעדליכע רייסין גיפט אין פעקלעך

אויטאריטעטן אין די פענטעגאן האבן געטראפן אמווייניגסטנס צוויי פעקלעך מיט די שעדליכע רייסין גיפט, לויט ווי א ווארטזאגער אינעם פענטעגאן זאגט פאר פאקס נייעס קאנאל.

דער ווארטזאגער האט באשטעטיגט אז צוויי פעקלעך זענען פארלאפענעם מאנטאג געשיקט געווארן צום סעקרעטערי אויף דיפענס דזשעימס מעטטיס, און דער אדמיראל פון די נעווי דזשאן ריטשערדסאן, און עס איז פארהאנען דערין די שעדליכע רייסין גיפט.

לויט די באריכט זענען די פעקלעך נישט געשיקט געווארן צום פענטעגאן, נאר עס אזי געבליבן ליגן אינדערויסן ביים נאנטן פאסט קעסטל.

די עף בי איי האט געעפנט אן אויספארשונג צו דערגיין ווער עס האט געשיקט די פעקלעך, און וואס זיינע מאטיוון זענען.

די רייסין גיפט איז טויטליך ווען מען געפינט עס אין שטויב, און פאר א האלבע יאר צוריק האט מען געכאפט טעראריסטן אין דייטשלאנד – מיטגלידער פון די פינסטערע אייסיס טעראר באנדע – וואס האבן זיך געוואלט באנוצן מיט אט די שעדליכע גיפט.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.