דורכאויס א ראלי פאר א רעפובליקאנער סענאט קאנדידאט וועלכע איז פארגעקומען אין מערב ווערדזשיניע, האט פרעזידענט טראמפ פארציילט פאר די פילע פארזאמלטע, איבער זיינע באציאונגען וואס ער האט אנגעקניפט מיטן צפון קורעא דיקטאטור קים יאנג אן, וואס קומט פאר זינט זייער היסטארישער סאמיט אין סינגאפאר פאר עטליכע מאנאטן צוריק.
דער פרעזידענט האט קלארגעשטעלט אז “אנהייב איז עס בכלל נישט גרינג געווען. עס זענען געווען בעסערע און שוואכערע צייטן, ווייל איך בין געווען זייער שטרענג מיט אים, און ער איז געווען די זעלבע הארט צו מיר. אבער אין ענדע פון אונזער שמועס איז געווארן א גוטער פארבינדונג צווישן אונז”.
פרעזידענט טראמפ האט צוגעלייגט מיט זיין ברייטע שפראך אז “איך און קים האב מיר זיך זייער ליב איינער דעם אנדערן”…
אין דעם רעדע האט ער אויך פארציילט איבער דער ברייטער קראנספאנדענץ וואס ער האט מיט קים, וועלכע קומט פאר שריפטליך. “קים האט מיר געשריבן הערליכע און שיינע בריוון”…
באזונדער האט טראמפ געזאגט אין אן אינטערוויו פאר רעפארטער נאכן ראלי, נאכן רעדן מיט אזעלכע באקציינער אויף דעם דיקטאטור פון צפון קארעא, אז “עס קומט זיך פאר קים לויב ווערטער אויף זיין דרייטסקייט, און די שריט וואס ער מאכט, זיך צו פארשטענדיגן מיט די פאראייניגטע שטאטן”.