נעכטן נאכט האט מען געהערט אויפרייסן אינמיטן א רעדע פונעם ווענעזועלער פירער ניקאלאס מאדורו, זייענדיג ארומגענומען מיט אסאך פון זיינע באאמטע. עס איז באלד אנטשטאנען אן איבערקערעניש, און דער פירער איז באלד ארויסגעפירט געווארן פון זאל אונטער א שטרענגע וואך.
קוים צוויי שעה שפעטער האט דער פירער אויפגעטרעטן אין די טעלעוויזיע, און געזאגט מיט א שארפע שטימע אז די פראוון פון פארניכטונג קעגן די רעגירונג וועלן ווייטער דורכפאלן. “דראונס מיט אויפרייס מאטעריאל האבן אויפגעריסן נעבן מיר, דאס איז געווען א מאסיווער אויפרייס” האט דער פירער געשילדערט פאר די פרעסע. “אנהייב האט מען געמיינט אז עס איז עפעס א טעות, אבער דאן האט זיך געהערט א צווייטער אויפרייס”.
דער פרעזידענט האט געמאלדן אן אפדעיט אז “מ’האט באלד אנגעהויבן אן אויספארשונג, און עטליכע פון די פארברעכער זענען שוין אונטער ארעסט”.
א גרופע מיטן נאמען “סאלדאטן אין טי-שוירט’ס”, האבן געמאלדן אז זיי פרובירן אים צו אומברענגען און אומווארפן זיין רעזשים. דער פירער האט באלד געזאגט אז דאס קומט פון פלאדירע. “איך האף אז פרעזידענט טראמפ וועט קאאפארירן מיט מיר אין דעם פאל” האט דער ווענעזועלער פירער געזאגט.
עס זענען שוין פארביי א שיינע פאר שעה זינט די אטענטאט פארזוך אויפן פירער פון ווענעזועלע, ניקאלאס מאדורו, און מען ווייסט נאכאלץ נישט קיין קלארע בילד וואס דארט האט פאסירט, אזוי אז מען קען נאכנישט ציען קיין שום מסקנות ארום די געשיכטע. אבער וואס איז זיכער איז זיכער, די ווענעזועלער פירער האט זיך צוגעכאפט צו דעם געלעגנהייט, און אצינד נעמט ער נקמה אין אלע וועלכע האבן אים נישט געפאלן פון די ערשטע מינוט, און ער פירט דורך מאסיווע רייניגונגען אינערהאלב די מיניסטעריום, מיליטער, און רעגירונג.
דערווייל צירקולירן ארום געמישטע עדות’שאפטן וואס זענען זיך סותר מיני’ ובי’, געוויסע זאגן אז דראונ’ס האבן פרובירט אראפצולאזן באמבעס אויפן פירער, אבער אויף די ווידעא’ס זעט מען נישט קיין שום דראון אטאקירן דעם פירער.
לויט די ווערסיע וואס די רעגירונג דערציילט, אז א דראון האט געוואלט באמבארדירן דעם פירער, און עס איז אראפגעשאסן געווארן דורך די מיליטער, ברענגענדיג אז דער דראון זאל אריינקראכן אין א געביידע. אנדערע זאגן אז עס איז געווען א פשוט’ער גאז אויפרייס, און האט נישט קיין שום פארבינדונג מיט רעוואלאציע אדער מארד קאנספיראציעס.
טראץ וואס די פארשונג אויפן מארד פארזוך איז נאך אין אירע ווינדלען, און קיינער ווייסט נישט גענוי וואס דארט האט פאסירט, האט שוין דער פירער געטראפן זייער שנעל די שולדיגע, ער באשולדיגט דעם פרעדיזענט פון קאלאמביע – כואן מאנועל סענטוס, און אנדערע באאמטע פון פלאדיע.
כאטש וואס דער פירער פון ווענעזועלע איז שוין געשפרינגען מיט זיין באשלוס, דארף מען נעמען אין באטראכט אז עס איז פארהאנען גאר שוואכע שאנסן צו קענען ברענגען באווייז אויף א באשולדיגטער, נאכדעם וואס די פארברעכן ראטע אין ווענעזועלע איז זייער הויעך, און אזויפיל ווי 98% פון די פארברעכנ’ס זענען נאכנישט געלייזט געווארן… אבער דער פירער פון ווענעזועלע דארף סייווי נישט קיין אויספארשונג אדער באווייז, ער האט שוין א שולדיגער, און מער אינטערעסירט אים גארנישט.