מער ווי א מאנאט נאך די היסטארישע טראמפ-קים סאמיט, וואו מען האט באשטימט אז צפון קארעא וועט אנהייבן צו פארניכטן זייערע נוקלעארע ארסענאלן, און די געשפרעכן האבן אנגעהויבן אביסל צו אונטערהינקען, האט מען ענדליך אנגעהויבן צו זען אביסל פאזיטיווע שריט אין צפון קארעא, כאטש וואס ממש לעצטנ’ס האט אויסגעזען ווי זיי האלטן נישט ביי גארנישט.
פרישע סאטעליט בילדער האבן געוויזן אז צפון קארעא ארבעט יא צו פארניכטן טיילן פון זייערע נוקלעארע וואפן, נאכדעם וואס מען האט היינט נאכט באמערקט ווי איינע פון די ערטער ארויסצושיקן באליסטישע מיסל’ס, וואס צפון האט געהאט אויף מערב זייט פון לאנד, האט אנגעהויבן צונומען צו ווערן.
דאס ארט איז א צענטראלער פאבריק וואו מען האט ערפינדן און געבויעט פארגעשריטענע באליסטישע מיסל’ס, און לויט אונטערנאציאנאלע וויסנשאפטלער איז דאס די צענטראלע מיסל ארויסשיס פלאטפארמע פון די איזאלירטע צפון רעזשים.
די אנטוויקלונג קומט געציילטע טעג נאכדעם וואס די אמעריקאנע מידיע האט באריכטעט אז פרעזידענט טראמפ האט אנגעהויבן ווערן אומגעדולדיג צו די לאנגזאמע געשפרעכן וואס שלעפן זיך מיט טשערעפאכע טריט, און פארלאנגט צו רוסלאנד און כינע אז זיי זאלן נישט ווייכער מאכן די סאנקציעס קעגן צפון קארעא ביז ווילאנג זיי זענען נישט דענוקלעאריזירט.
פרעזידענט טראמפ האט שפעטער געלייקנט די באריכטן אז ער איז נישט צופרידן פון די געשפרעכן און איר אויסגאנג, באצייכנדיג די רעפארט אלס א “פאלשע נייעס”.
ווי געשריבן, איז די פרישע סאטעליט בילדער פון נעכטן, די ערשטע צייכענעס אז צפון איז יא גרייט צו גיין ווייטער, טראץ וואס נישט לאנג צוריק האט צפון פארפאסט אנצוקומען צו געשפרעכן, און געזאגט אז זיי זענען נישט גרייט צו גיין ווייטער איידער עס ווערט אויסגעהאמערט א פראמינענטע שלום אפמאך צווישן צפון און דרום קארעא.
אביסל פריער האבן זיי פארשעמט דעם סעקרעטערי אוו סטעיט מייק פאמפעיא, אים באהאנדלענדיג זייער מיאוס, און שפעטער אראפגעריסן אמעריקע אז זיי פירן זיך אויף ווי גענגסטער’ס און פארלאנגען צופיל.
זעט זיך אויס אז די באריכטן וואס דערציילן ווי טראמפ ברויזט אויף צפון האט זיי אביסל דערשראקן, איבערהויפט נאכדעם וואס טראמפ האט שארף אראפגעריסן און געווארנט איראן – א נאנטער פריינט מיט צפון – אז אויב וועט זי זיך ארומשפילן מיט אמעריקע, וועט זי האבן צו שפירן קאנסעקווענצן וואס זייער ווייניג האבן געשפירט אין היסטאריע, א זאך וואס לויט עקספערטן האט טראמפ דערמיט אויך געמיינט צו שיקן אן אומדירעקטער מעסעדזש צו קים יאנג אן, אז ער זאל זיך בעסער אונטערגארטלען און אנהייבן טון צו דער זאך, ווי איידער אויפצוברויזן פרעזידענט טראמפ.