א ארעסטאנט איז נעכטן אנטלאפן פון א פראנצוזישער טורמע, דורך א העליקאפטער.
דער 45 יעריגער ארעסטאנט איז א געפערליכער סכנה’דיגער פאברעכער מיטן נאמען ראדואן פאאיד, וואס דינט א 25 יעריגער טורמע טערמין פאר א רויבעריי וואס ער האט דורכגעפירט און דערביי אומגעברענגט א פאליציאנט, איז אצינד אנטלאפן פון די טורמע אויף דרום פאריז.
די אנטלויף אקציע איז ארגאנאזירט געווארן אויף גאר א דראמאטישער אופן, און געברענגט א פולקאמער שאק און שוידער ביי די זיכערהייט אגענטורן און אין די פראנצויזישער אינערן מיניסטעריום.
דריי פון דעם ארעסטאנט’ס פריינט האבן פארכאפט א לייכטע העליקאפטער פון א שולע וואו מען לערנט זיך צו פילאטירן, נישט ווייט פון טורמע. זיי האבן געכאפט דעם לערער אלס משכון, און אים געצווינגען צו פליען מיטן העליקאפטער און דאס לאנדן אין הויף פון דעם הויפט אריינגאנט פון טורמע.
בשעת ווען דער העליקאפטער האט געלאנדעט, האט זיך דער ארעסטאנט פאאיד – וואס איז געווען דאן איינגעשפארט אין די לאך אונטער שטרענגע אבזערוואציע – געפינען מיט זיינע ברודער’ס וועלכע זענען אים געקומען באזוכן.
צוויי פון די דריי מיטארבייטער פון פאאיד, האבן ארויסגעשטורעמט פון דעם העליקאפטער מיט פאמאסקירטע געזיכטער, שווארצע קליידונג, און באוואפנט מיט קאלאשניקאוו ביקסן, ווארפנדיג שטינק באמבעס אויף אלע זייטן, ווען זיי מאכן דעם וועג אריין אין טורמע מיט א זיכערקייט, גלייך צום צימער וואו פאמיליעס און באזוכער טרעפן זיך מיט ארעסטאנטן.
די צוויי האבן אנגעכאפט פאאיד, אויפגעהויבן פון זיין ארט, און צוזאמען ארויף אויפן העליקאפטער, וואס האט זיך אין יענע סעקונדע אויפגעהויבן אין די לופטן, לאזנדיג אונטער זיך פארשטיינערטע זיכערהייט וועכטער, און שאקירטע ארעסטאנטן…
דער גאנצער אקציע האט נישט גענומען מער ווי קארגע צען מינוט.
די זיכערהייט וועכטער האבן נישט געשאסן דעם העליקאפטער דורכאויס דעם אטאקע אדער ביים אוועקפליען, זאגנדיג אז צוליב זיכרהייט מאסנאמען האט מען זיך נישט געקענט ערלויבן דאס אויפצורייסן, נישט וויסנדיג וואס עס ליגט אינעווייניג אינעם העליקאפטער.
עטליכע ארעסטאנטן האבן אפגעכאפט מיט סעלפאונס דעם געוואגטן אנטלויף, און מען הערט דארט ווי די ארעסטאנטן יובלען פאר פרייד, און האבן הנאה צו זען אז עס איז דא א וועג ארויס פון טורמע…
דער העליקאפטער האט געלאנדעט אין צפון פאריז, דאן האבן זיי באפרייט דעם פילאט-לערער, און פרובירט צו אונטערצינדן דעם העליקאפטער. פון דארט זענען זיי אנטלאפן מיטן ארעסטאנט מיט א שווארצן אויטא אויף א הייוועי דורכאויס דעם נאכט, צום צפון זיין פון שטאט פאריז.
אונטערוועגנס זענען זיי אפגעכאפט געווארן דורך זיכערהייט קעמרע’ס אויפן גאס, אויף איינע פון זיי זעט מען וויאזוי זיי פארלאזן דעם ערשטן אויטא, און אנטלויפן מיט א צווייטע זייער ווייטערדיגע וועג. אצינד ווערן זיי נאכגעיאגט דורך די פראנצוזישע פאליציי.
דער אנטלאפענער ארעסטאנט האט שוין א רעקארד מיט אנטלויפן פון טורמע. אין יאר 2003 האט ער באוויזן – בלויז א שעה נאך זיין ארעסט צוליב א געוויסע פאברעכן – צו אטאקירן פיר טורמע וועכטער, און ער האט זיי גענומען פאר א משכון מיט זיך.
דערנאך האט ער אויפגעבראכן די טורמע טירן מיט אויפרייס מאטעריאל, און איז אנטלאפן פון ארט, זייענדיג גאנצע זעקס וואכן אויף דער פריי, איידער ער איז נאכאמאל געכאפט און ארעסטירט געווארן.
פאר ניין יאר צוריק, אין יאר 2009, האט דער ארעסטאנט פאאיד פובליצירט א ביכל, וואו ער שילדערט זיין לעבן אין די ארימע שיכטן פון די פאריזער פאלק, וואס האט אים דערקייקלט צו קרימינאליטעטן און געוואלדטאטן, ביז ווען ער האט זיך געטראפן אלס א שרעק ווארפענדער אונטערוועלטניק. ער האט קלאר געשריבן א הייסן צוזאג, אז ער וויל אפלאזן די לעבן פון שלעכטס, און ווערן אן איינשטענדיגע מאן.
אבער זיין צוזאג האט נישט צו לאנג אנגעהאלטן, און מ’האט אים געהאלטן אין איין כאפן דורכפירן פארברעכנס, דאס לעצטע איז געווען די רויבעריי וואו ער האט אומגעברענגט א פאליציאנט דורכאויס א רויבעריי, פאר וואס ער איז געזעסן אין טורמע, ביז ווען ער איז היינט אנטלאפן פון דארט.