וואשינגטאן – א באריכט וואס איז נעכטן ארויסגעקומען פון “אינספעקטאר דזשענעראל” אינערהאלב דער פעדעראלער יוסטיץ דעפארטמענט, רייסט שטארק אראפ און קריטיקירט דעם געוועזענעם עף-בי-איי דירעקטאר, דזשעימס קאומי, אז ווען ער האט אנגעפירט די אויספארשונג אויף פרוי קלינטאן, האט ער געטאן זאכן וואס זענען נישט געווען אין איינקלאנג מיט די עף-בי-איי פאליסיס.
אבער אין דער זעלבער צייט שרייבט דער אינספעקטאר דזשענעראל, אז פון אויספארשן וויאזוי די עף-בי-איי האט דורכגעפירט די קלינטאן אויספארשונג, און אויך די אויספארשונג אויפ’ן טראמפ קאמפיין, האט ער נישט געזען אז עס זאל האבן געווען סיי וועלכע פאליטישע נייגונג לטובת קלינטאן אדער טראמפ – טראץ וואס עס זענען געווען די עטליכע אנטי-טראמפ אגענטן וועלכע האבן אויסגעטוישט שארפע אנטי-טראמפ מעסעדזשעס פריוואט.
באזונדער שרייבט דער אינספעקטאר דזשענעראל, אז קאומי’ס באשלוס עווענטועל ריינצואוואשן פרוי קלינטאן, און נישט ברענגען קיין קלאגעס קעגן איר, “איז געווען אין איינקלאנג מיט’ן יוסטיץ דעפארטמענט’ס אייביגע צוגאנג ביי פריערדיגע ענליכע קעיסעס, אונטער אנדערע פירערשאפט” – אפווארפנדיג דערמיט די טענה אז א צווייטער וואס וואלט געטאן די זעלבע זאכן ווי פרוי קלינטאן, וואלט יא אויסגעשטאנען קלאגעס.