אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

טעראר אין לאס וועגאס: ברוטאלע שיסעריי שאקירט אמעריקע, ווערנדיג דער מערסט פאטאלער געשיכטע אין היסטאריע!

טעראר אין לאס וועגאס: ברוטאלע שיסעריי שאקירט אמעריקע, ווערנדיג דער מערסט פאטאלער געשיכטע אין היסטאריע!

אייסיס גרופע נעמט פאראנטווארטליכקייט, אבער ווערט נישט באשטעטיגט ביי די עף-בי-איי ››› שיסער נעמט זיך דאס לעבן ווען סוואט טיעם שטורעמט זיין צימער ››› צאל אומגעקומענע וואקסט און האלט שוין ביי 59, ווען פארוואונדעטע דערגרייכט צו איבער 515 ››› פרעזידענט טראמפ פארדאמט די אטאקע, און וועט באזוכן וועגאס מיטוואך

לאס וועגאס. – א 64 יעריגער מאן, מיט אן ארסענאל פון 10 אויטאמאטישע מאשין גאנס האט, געעפנט פייער אויף א “קאנטרי” מוזיק קאנצערט, מיט א פארזאמלונג פון איבער 22,000 מענטשן, אוועקנעמענדיג די לעבנס פון 59 מענטשן (אויף דערווייל) און געברענגט שווערע וואונדן צו איבער 515 מענטשן, בעפארן נעמען זיין אייגענע לעבן דורכן זיך שיסן.

סטיפען פאדאק – דער שיסער, וואס האט אומגעברענגט 59 און פארוואונדעט איבער 500. ביי די מערסט פאטאלער שיסעריי אין אמעריקא

די נאכאנאנדע קוילן קייט איז געקומען פון די 32-סטע שטאק אין די מאנדעלע-בעי האטעל, זיך אנהויבנדיג ווען א זינגער איז געשטאנען אויפן פלאטפארמע זיך גארגלענדיג מיטן שטימע, ערשט האבן מענטשן געמיינט אז דאס איז די גערודער פון פייערקרעקערס אלס טייל פונעם פראגראם, אבער נאך ארום 10-15 סאקונדעס האט זיך די מוזיק אפגעשטילט, און מענטשן האבן אנגעהויבן אנטלויפן, גאר פארפאניקט, אנערקענענדיג אז עס איז דא א אקטיווער שיסער, מענטשן זענען געלאפן פאר זייער לעבן, איבערטרעטנדיג איינער דעם אנדערן, לויפנדיג אין אלע דירעקציעס, נישט וויסנדיג פון וואו די קוילן פליען.

אנהויב האט דער שיסער פארמאגט א גרינגע ציל, און פון די העכער צוואנציג טויזנט באטייליגטע האט ער פארשניטן די לעבנס פון כמעט 60.

אסאך האבן ארויסגעוויזן העלדישקייט, און העראאיש באשיצט קינדער, ווייבער און עלטערע זיך שטעלנדיג אונטער זיי, און דערווייל האבן מענטשן ווייטער פארגעזעצט צו פאלן ווי פליגן, זיך טונקענדיג אין בלוט.

פאליציי האבן אידענטיפיצירט דעם שיסער אלס סטיפען פאדאק, א רעטייערטער מאן וואס האט געוואוינט אין א געגנט פאר פענסיאנערן אין מעסקוויט, נעוואדע. פאליציי זאגט אז זיי האבן נישט ארויס די אורזאך פארוואס ער האט געשאסן אנטיילנעמער ביי די מוזיק קאנצערט, און אז זיי האבן נישט געהאט קיין שום אינפארמאציע דאס צו פאראויסזען. ווי עס קוקט יעצט אויס איז ער געווען א “לאון וואלף” און געארבעט אליינס.

די איסלאמישע שטאט גרופע, האט גענומען פאראנטווארטליכקייט, אבער די עף-בי-איי האט דאס אוועקגעמאכט זאגנדיג אז עס זענען נישט דא קיין שום באווייזן דערצו. עראן ראוז, אן עף-בי-איי ספעציעלע אגענט פאר מיסיעס אין לאס וועגאס האט געזאגט “מיר האבן ביי דעם פונקט נישט געפונען קיין קום פארבינדונג פון עעע צו סיי וועלכע אינטערנאציאנאלע טעראר ארגענעזאציע.

“מיר ווילן בעטן מען זאל זיין פארזיכטיג בעפארן מאכן מסכנות און פארשפרייטן פאלשע פאקטן” האט דער סי-איי-עי ווארטזאגער דזשענעטאן ליו, געשריבן אין אן אימעיל.

שילדן וואס נעמען געווענליך אויף באזוכער צו די מענדאלע בעי האטעל, מיט טרייסט וואונטשן פאר די קרבנות

די שיסעריי האט איבערגעשטיגן מיט די צאל פאטאליטעטן, די שיסעריי וואס איז פארגעקומען אין ארלענדא פלארידע, און אומגעברענגט ארום 49 מענטשן.

שאקירטע קאנצערט אנטיילנעמער האבן זיך ארומגעוואלגערט דערשראקן איבער די גאסן ארום די קאסינאוס, טייל מיט בלוטיגע קליידער, זיך אויסמישנדיג מיט די טומל וואס עס האבן געמאכט די פולע עמערדזשענסי אויטאמאבילן און טראקס.

עס האט גענומען לויט טייל באריכטן א שעה מיט 18 מינוט פון די ערשטע קוילן שיסעריי, ביז ווען די פאליציי האט אים פארשריבן טויט.

ער האט נישט פארמאגט קיין שום קרימינאלע רעקארדס.

פאליציי האט באזוכט די הויז פונעם שיסער וואס געפונט זיך ארום 90 מייל, (145 קילאמעטער) אוועק פון לאס וועגאס, און געפונען א זאמלונג פון וואפן און גאנס.

די גרינגע גאן געזעצן אין לאס וועגאס.

עס האבן זיך אנגעהויבן דעבאטעס איבער די גאר גרינגע גאן געזעצן וואס זענען איינגעשטעלט דארט, ווערנדיג אנגעוויזן אז מען מוז נישט באזיצן קיין לייסנס צו פארמאגן לייסנס, אדער רעגיסטרירן די גאנס.

צווישן די אומגעקומענע

צווישן די אומגעקומענע אין די שיסעריי האבן זיך געפונען עטליכע אף-דוטי פאליציי אפיצירן (לויט געוויסע קוועלער נאר איין אפיציר) א נוירס, און א גאווערמענט איינגעשטעלטער.

פרעזידענט טראמפ האט פארארדנט מען זאל אראפלאזן די אמעריקאנע פענער אויף האלב, ער האט געזאגט אז ער וועט גיין באזוכן די קרבנות און רעדן צו די עמערדזשענסי פערסאנעל אויפן סצענע, קומענדיגע מיטוואך, ער האט אויך דורכגעפירט א “מינוט פון שטילקייט” אין ווייסן הויז, אויסצודרוקן סימפאטיע מיט די קרבנות.

וואס זאגט די פאמיליע?

דער שיסער’ס ברודער עריק פאדאק זאגט אז די פאמיליע איז געווארן ערשטוינט פון די נייעס, “…מיר זענען צעטרייסלט, מיר זענען ערשיטערט, און מיר דרוקן אויס טרייסט וואונטשן צו די אומגעקומענע און זייערע פאמיליע מיטגלידער.

ער זאגט אז די פאמיליע האט גארנישט געוואוסט דערפון, און אז זיין ברודער האט נישט באלאנגט צו קיין שום פאליטישע אדער רעליגיעזע ארגענעזאציע, און האט נישט פארמאגט קיין שום היסטאריע פון גייסטישע פראבלעמען, זייער פאטער איז אין די היסטאריע געווארן געזוכט דורך די עף-בי-איי פארן בארויבן א באנק, זייענדיג אויף די ליסטע פון די 10 מערסט געזוכטע פארברעכער אין לאנד.

קלארק קאונטי איז נארוואס געווארן דערקלערט אלס א סטעיט אוו עמערדזשענסי. צוליב די שיסעריי

די לאס וועגאס קאסינאו שלעפט ארום 3.5 מיליאן באזוכער יעדע יאר, פון איבער די גאנצע וועלט. נעכטן נאכט איז די פלאץ געווען איבערגעפולט מיט טויזענטער מענטשן, ווען די שיסעריי האט אויסגעבראכן אביסל נאך 10 אזייגער.


צוגעשטעלט צו אייך דורך אונזער ספאנסאר, די שטאב פון “וועבערי וועבסייט דעוועלאפמענט.”

פלאנט איר צו בויען א נייע וועבסייט? מיר זענען דא אייך צו סערווירן מיט די בעסטע סערוויס, טרענירונג, און אלעס ארום. מיר מאכן זיכער אז איר גייט ארויס גאר צופרידן.

רופט אונז אויף,  718-419-1565

וויזיט: WebarySites.com

אדער שיקט אן אימעיל צו:  –[email protected]

איבערן שרייבער

ארי ווייזער

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.