לאקאל און נאציאנאל

קאנאדישער פליגער מאכט עמורדזשענסי לאנדונג

וואשינגטאן – אן “עיר קאנאדע” פאסאזשיר פליגער, מיט 67 מענטשן, האט געמאכט אן עמורדזשענסי לאנדונג אין א לופטפעלד אינדרויסן פון וואשינגטאן די-סי, נאכדעם וואס די פילאטן האבן באמערקט רויעך אינעם פילאטן קאבינע. דער פליגער איז געווען אויפ’ן וועג פון טאראנטא צום ראנאלד רעיגען וואשינגטאן נעשאנעל לופטפעלד, און עס האט געלאנדעט נישט ווייט פון איר אריגינעלע דעסטינאציע, אינעם דאלעס אינטערנעשאנעל לופטפעלד אין צפון ווירדזשיניע. אלע 63 פאסאזשירן און 4 פלי מאנשאפט, זענען אראפגעפירט געווארן פונעם פליגער, אן דעם וואס עמיצער זאל האבן געליטן סיי וועלכע וואונדן אדער אטעמען–פראבלעמען פונעם רויך. די פעדעראלע אוויאציע אויטאריטעטן האבן געעפנט אן אויספארשונג צו דערגיין פארוואס עס האט גערויכערט אינעם פליגער.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.