דער איזרעלישער פריים מיניסטאר ביבי נתניהו האט דעם היינטיגן מאנטאג איבערגעגעבן ביי א צוזאמקום אין וואשינגטאן, אז סאדי אראביע האט אפגעשריבן אן אפמאך מיט די “עיר אינדיע” עירליין זיי צו גיבן רשות צו פליען העכער איר טעריטאריע, און מיט דעם פארקערצערן דעם וועג פון אינדיע צו ארץ ישראל, דורכ’ן האבן א פליגער וואס פארט גלייך צו ארץ ישראל.
די “עיר אינדיע” עירליין האט דאס נישט געקענט דורכפירן ביז יעצט, וויבאלד די “אל-על” עירליין פון ארץ ישראל פלעגט מאכן די רייזעס, אבער אצינד יעצט ווען די “עיר אינדיע” עירליין האט דורכגעפירט געשפרעכן מיט די “אל-על” עירליין, האט זי באקומען ערלויבעניש פון סאודי אראביע צו פליען העכער איר טעריטאריע.
עס איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז מיט דעם אלעם וואס די עיר אינדיע עירליין וועט קענען דורכפירן אירע רייזעס, העכער סאודי אראביע, איז דאס נאך אלץ נישט דער שנעלסטער וועג. דער שנעלסטער וועג איז צו פארן העכער די איראק פאקיסטאנער שטעט, וואס דארט זענען די עירליינס נישט ערלויבט צו פארן.