קאלאראדא – א מאן אין קאלאראדא זאגט, אז ער האט געקויפט א שאכטל סיריעל אין א לאקאלן וואלמארט, און האט אויפגעגעסן דעם גאנצן שאכטל, באמערקנדיג ערשט נאכדעם אז די סיריעל האט שוין “עקספייערט” פאר 21 יאר צוריק! דער מאן האט געקויפט דעם שאכטל סיריעל אינעם וואלמארט אין ליטעלטאן, קאלאראדא, און נאך עטליכע טעג וואס ער האט יעדן טאג געגעסן דערפון, האט איינער פון זיינע קינדער אפגעלייענט דעם שאכטל און געזען אז דער “אפלויף דאטום” איז “פעברואר 22, 997′”, וואס באדייט העכער 21 יאר צוריק. די פאמיליע האט באלד צוריקגעטראגן דעם שאכטל סיריעל צום וואלמארט געשעפט, פרעגנדיג אן ערקלערונג וויאזוי עס קען זיין אז זיי פארקויפן אזעלכע אלטע פראדוקטן, און א ווארטזאגער פאר וואלמארט האט געזאגט פאר די מידיא אז זיי פארשן עס אויס.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
האלענדישע געזונטהייט מיניסטאר פאלט צוזאם אין פארלעמענט...
מונדירן-געקליידטער פילאט איז גאר א פיפיגער פאסאזשיר...
נאכן אורטייל פון 15 יאר טורמע: די שטויב איז געווען...
פארקינג-ספאט פארקויפט פאר נאנט צו א מיליאן דאלער אין...
האלאנד איז נישט צופרידן מיט איר נאמען, און איז גרייט...
דאנעלד טראמפ סטרוקטור צווישן פילע אביעקטן ביים לעגאו...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.