אידישע נייעס

פרישע קלאגעס איבער באמבע סטראשונקעס

וואשינגטאן – די אמעריקאנער יוסטיץ דעפארטמענט האט ארויסגעשטעלט פרישע קלאגעס קעגן דעם איזראעלי-אידישן יוגענטליכן וועלכער ווערט באשולדיגט אין דורכפירן די נאענט צו צוויי הונדערט טעלעפאנישע באמבע סטראשונקעס אויף אידישע צענטערן איבער אמעריקע, קאנאדע און אנדערע לענדער, אין לויף פון די ערשטע מאנאטן פון יאר 17′ למספרם. דער יוגענטליכער מיכאל דוד קאדאר זיצט אונטער ארעסט אין מדינת ישראל, נאכדעם וואס די עף-בי-איי איז סוקסעספול דערגאנגען זיין אידענטיטעט, און די אמעריקאנער רעגירונג האפט אין די קומענדיגע מאנאטן אדער יארן, אז מדינת ישראל וועט אים אויסליפערן צו קענען אויסשטיין א פעדעראלן פראצעס אויף די באמבע סטראשונקעס. ער איז שוין געווען אנגעקלאגט אין פארשידענע פארברעכנס ביז יעצט, אין פארבינדונג מיט די באמבע סטראשונקעס, נאר יעצט זענען צוגעלייגט געווארן “האס פארברעכן” אנקלאגעס צו די ליסטע.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.