טשיקאווע נייעס

מ’טשעפעט זיך מיט נעמען פון גאסן

וואשינגטאן – נעכטן איז אפיציעל געטוישט געווארן דער נאמען פון טייל פון וויסקאנסין עוועניו אין וואשינגטאן די-סי, און פון היינט און ווייטער וועט עס הייסן “באריס נעמטסאוו עוועניו”. די סיבה צום טויש איז וויבאלד דער רוסישער אמבאסאדע קאמפלעקס געפינט זיך אויף וויסקאנסין עוועניו, און די אמעריקאנער רעגירונג וויל סימבאליש טשעפען די רוסישע רעגירונג, און דעריבער האבן זיי א נאמען געגעבן פאר דעם טייל פון די גאס “באריס נעמטסאוו עוועניו”, אין עהרע פונעם פאפולערן אנטי-פוטין פיגור וועלכער איז ברוטאל און “מיסטעריעז” געשאסן און אומגעברענגט געווארן ביים שפאצירן פארנט פונעם קרעמלין אין מאסקווע, רוסלאנד מיט דריי יאר צוריק. עס איז נישט קיין נייע זאך אז רעגירונגען טשעפען זיך איינער דעם צווייטן מיט טוישן די נעמען פון די גאסן וואו די אמבאסאדעס שטייען, צו שיקן א סימבאלישן מעסעדזש, אריינגערעכנט דאס וואס די גאס פארנט פון דער כינעזער אמבאסאדע, איז געטוישט געווארן צו “ליו שיאבאו” סטריט”, א פרא-דעמאקראטיע אקטיוויסט אין כינע, וועלכער איז געשטארבן אין טורמע פאראיאר.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.