יאפאן – א שטורעם איז אנטשטאנען אין טאקיא, יאפאן, ווען א לאקאלע שולע האט פארארדענט א נייעם יוניפארם פון די סטודענטן. יוניפארמס אין סקולס זענען געווענליך איינגעארדנט, סיי מיט’ן ציל אהערצושטעלן א דיסציפלין אין דער שולע, און סיי צו שפארן געלט פאר די עלטערן, וועלכע דארפן נישט איינקויפן אומצאליגע קליידונג, נאר מען פארמאגט דעם איינעם יוניפארם, מיט וועלכע מען מוז גיין דערמיט יעדן טאג. למעשה, האט די לאקאלע טאקיא סקול פארזען דעם עיקר בענעפיט וואס עלטערן האבן פונעם סקול יוניפארם, און זיי האבן פארארדענט אז דער סקול יוניפארם זאל זיין א קליידונג פון דער “דזשארדזשיא ארמאני” פירמע, וועלכע איז פון די טייערסטע קליידונג פירמעס אין דער וועלט. שולע באאמטע האבן פארטיידיגט דעם באשלוס, אנצייגנדיג אז זיי געפינען זיך אין א רייכן שאפינג דיסטריקט, וואס דעריבער האבן זיי אויטאמאטיש פארשטאנען אז אלע עלטערן וועלן זיין “אקעי” דערמיט.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
האלענדישע געזונטהייט מיניסטאר פאלט צוזאם אין פארלעמענט...
מונדירן-געקליידטער פילאט איז גאר א פיפיגער פאסאזשיר...
נאכן אורטייל פון 15 יאר טורמע: די שטויב איז געווען...
פארקינג-ספאט פארקויפט פאר נאנט צו א מיליאן דאלער אין...
האלאנד איז נישט צופרידן מיט איר נאמען, און איז גרייט...
דאנעלד טראמפ סטרוקטור צווישן פילע אביעקטן ביים לעגאו...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.