וואשינגטאן – א פרישער באריכט צייגט, אז די אידישע געמיינדע אינעם ראיאן פון דער אמעריקאנער הויפטשטאט וואשינגטאן די-סי, איז שטארק געוואקסן כ”י אין די לעצטערע יארן, און עס האלט שוין היינט ביי אזויפיל ווי דריי הונדערט טויזנט אידן אין וואשינגטאן זעלבסט און אין די ארומיגע געגנטער פון מערילאנד און ווירדזשיניע. די ציפערן צייגן אז דער וואשינגטאן די-סי ראיאן פארמאגט יעצט די דריט-גרעסטע אידישע געמיינדע אין די פאראייניגטע שטאטן, מיט ניו יארק/ניו דזשערסי בלייבנדיג אלס דער נומער איינס, האבנדיג 1.2 מיליאן אידישע איינוואוינער, און לאס אנדזשעלעס איז נומער צוויי, מיט אביסל מער ווי א האלב מיליאן אידישע איינוואוינער. עס איז נישט קלאר ליידער, וויפיל פראצענט פון די אלע אידן אינעם וואשינגטאן די-סי ראיאן זענען רעליגיעז, אבער די שטודיע צייגט אז 82 פראצענט האבן געזאגט אז זיי מאכן א סדר אום פסח און אז זיי צינדן חנוכה לעכט.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
הרב הגאון ר’ שמואל קאמינעצקי שליט”א: שטימט...
כלל ישראל צעטרייסלט נאך שוידערליכע שיסעריי וואס קאסט...
גרופע אידן פארלאנגען פון פראנקרייך די ביינער פון...
חסדי ה’: פלאן צו פאר’סמ’ען אידן און...
ברוך דיין האמת! אינגערמאן דערטראנקען נאכן...
ברוך דיין האמת: איד דערטראנקען געווארן אין תל אביב...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.