קענטאקי – פארזיכערן אז מען עסט געזונט, קען העלפן אמעריקע שניידן טויטן פון הארץ קראנקהייטן, סטראוקס, און טייפ 2 דייעביטיס, מיט כמעט האלב, האט א נייע שטודיע פארגעשלאגן. ארום 45 פראצענט טויטן אין 16′ פון הארץ אטאקעס, סטראוקס און דייעביטיס, קען צוגעשריבן ווערן צו דעם וואס מענטשן עסן צופיל אדער צו ווייניג פון 10 סארטן עסנס, צייגט די שטודיע, און דער מעסעדזש צו פאציענטן איז אז מען קען זיך פיל פארבעסערן דאס געזונט און פארמיידן די טויט ריזיקעס דורך עסן געזונטערהייט. די געפינסן פון דער שטודיע זענען גענומען געווארן פון א רייע קוועלער, אריינגערעכענט די נאציאנאלע נוטרישאן אויספראגעס וואס די רעגירונג פירט דורך יערליך.
די פארשער האבן אידענטיפיצירט עסן קאטעגאריעס וואס זענען נאענט פארבונדן צו הארץ אטאקעס, סטראוקס און טייפ 2 דייעביטיס, נעמליך זאלץ,פרוכט-גרינצייג, גאנצע תבואה שפייזן, ניסלעך און זומען, אומ-פראצעסירטע בהמה פלייש, פראצעסירטע בהמה פלייש, געזונטע פעטנס, אמעגא 3 פעטנס, און צוקערדיגע געטראנקען.
קרעדיט: דער איד