וואשינגטאן – א שטורעם האט נעכטן אויסגעבראכן, ווען “פאקס ניוז” האט באריכטעט אז טעקסט מעסעדזשעס, וואס זענען אויסגעטוישט געווארן צווישן עטליכע אנטי-טראמפ עף-בי-איי אגענטן, צייגן אז די אגענטן האבן גערעדט צווישן זיך אז זיי דארפן צוגרייטן א הויפן אינפארמאציע פאר דאן-פרעזידענט אבאמא, וועלכע “וויל אלעס וויסן” איבער דער אויספארשונג אויף הילערי קלינטאן. דאס האט געברענגט באשולדיגונגען אז אבאמא האט מאניפולירט און קאנטראלירט די עף-בי-איי’ס קלינטאן אויספארשונג, צו פארזיכערן אז זי גייט ארויס ריינגעוואשן. טראמפ האט זיך ארויפגעכאפט דערויף און קאמענטירט אז “די נייע עף-בי-איי טעקסט מעסעדזשעס זענען א באמבע”, אבער למעשה האט דער “וואל סטריט זשורנאל” שפעטער אויסגעקלארט אז די אגענטן וועלכע האבן געשריבן אז אבאמא “וויל אלעס וויסן”, איז געווען איבער רוסלאנד’ס פרואוון צו באאיינפלוסן די וואלן, און גארנישט שייכות מיט קלינטאן.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
הרב הגאון ר’ שמואל קאמינעצקי שליט”א: שטימט...
ביידען האט אויפגעטריבן מער געלט אין סעפּטעמבער
דזשאו ביידען האט אפציעל אנאנסירט זיין קאנדידאטור פאר...
סעודי אראביע האט געהעקט די פריוואטע פאון פון דזשעף...
באריכט געבט אן: רוסלאנד האט געשיקט 2 עראפלאנען מיט 100...
מוללער אויספארשונג פארטיג – קיין באווייז אויף...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.