וואשינגטאן – די פעדעראלע רעגירונג האט פובליצירט איר לאנג-ערווארטעטע שטודיע איבער סעלפאונס און דער געפאר פון די ראדיאציע וואס זיי געבן ארויס, און די שטודיע לאזט איבער מער פראגעס ווי ענטפערס.
די שטודיע איז דורכגעפירט געווארן אויף ראטן און מייזן, און עס האט קלאר געצייגט אז די באשעפענישן זענען געווארן מער אויסגעשטעלט צו ליידן פון הארץ קענסער נאכ’ן ווערן אינפעקטירט מיט די זעלבע סארט ראדיאציע וואס סעלפאונס געבן ארויס. אבער ווארפט נישט אוועק אייער סעלפאון… ווייל די שטודיע זאגט קלאר אז די באשעפענישן זענען אויסגעשטאנען די ראדיאציע אויף זייער גאנצער קערפער, וואס באדייט אז זיי האבן באקומען אזא הויכע מאס ראדיאציע, וואס א מענטש קען נישט באקומען בלויז פון נוצן זיין סעלפאון.
איין אינטערעסאנטע זייטיגע זאך וואס די שטודיע האט געצייגט: די באשעפענישן וואס זענען אויסגעשטאנען די הויכע מאס ראדיאציע, זענען באשיצט געווארן פון נירן-קענסער וואס מאכט זיך אפט ביי מייזן און ראטן – ווארשיינליך ווייל די ראדיאציע האט געטויטעט די קענסער צעלן.