קאליפארניע – די דריי גרויסע אמעריקאנער ביזנעסער, “עמעזאן” – דער אנליין ריטעיל ריז, “דזשעי-פי מארגען” – די באנק אימפעריע, און “בערקשייער העטעוועי” – די פינאנציעלע אינדוסטריע’ס גרויסמאכט, האבן אינאיינעם געמאלדן נעכטן אז זיי וועלן גרינדן א נייע אייגענע העלט אינשורענס פירמע, וואס וועט זיין געצילט צוצושטעלן העלט אינשורענס דעקונג פאר אלע זייערע אמעריקאנער ארבעטער, וואס באטרעפט איבער איין מיליאן נפשות. די דריי ביזנעסער זאגן אז עס וועט צושטעלן יושר’דיגע און גאר גוטע העלט אינשורענס פאר אירע איינגעשטעלטע, און זיי וועלן עס אויסארבעטן אויף א וועג אז די העלט אינשורענס פירמע זאל נישט דוקא זוכן צו פראפיטירן אויפ’ן חשבון פון די העלט אינשורענס באזיצער. די נייעס איבער די נייע העלט אינשורענס פירמע האט געברענגט אז די סטאקס פון עקזיסטירנדע העלט אינשורענס ריזן זאלן טראסקען, וויבאלד זיי זענען באזארגט אז זיי וועלן פארלירן פילע קאסטומערס און אז אנדערע גרויסע ביזנעסער וועלן נאכטאן דעם זעלבן שטיקל.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
אייקיע וועט עפענען 30 נייע געשעפטן אין די קומענדיגע...
וויין באטל פארקויפט זיך פאר א רעקארד סומע פון 558,000
צענטראלע באנק אין ארגענטינע העכערט ריבית צו 60 פראצענט
קויפט א קאנדא און קריגט א יאכט
וואל סטריט וואקלט זיך שטארק
ביזנעסער בלאקירן גאן אינדוסטריע
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.