מוזיק ווידעאס

חיים מאיר פליגמאן פרעזענטירט “אילן” מיט אחים פליגמאן, ילדי הפלא שלום סאאל & משה גליק

די בארימטע “פליגמאן ברודערס” זענען באקאנט פאר לאנגע יארן און בארייכערן שוין די אידישע מוזיק וועלט מיט זייערע זיסע שטימעס פאר דורות, זינגענדיג מיט א שטיק הארץ און נשמה, עפעס גאר ארויס פון די וועלט.

ר’ יחיאל אריה און ר’ חיים מאיר פליגמאן האבן שוין ביידע ארויסגעגעבן הערליכע אלבוימס און לויף פון די יארן, און ר’ חיים מאיר שטייט אונטער די בארימטע שיר ושבח קינדער כאר, און סטודיא, און איז פארמישט אין צענדליגער צו הונדערטער אלבוימס, רעקארדירנדיג קינדער וואקאלן פאר ריזיגע מוזיק שטערנס און פראדוצירער.

אין די וואך בעפאר חמשה עשר בשבט זענען די פליגמאן ברודער ערשינען מיט א הערליכע ווידעא “אילן“. וואס טראגן אריין די צוקוקער צווישן אויגפארכאפנדע סצענעס פון ביימער און נאטור צו ווערן פארגאפט, צוהערנדיג צו די מוזיקאלישע ווערק וועט אייך דערקוויקן און ברענגען פארגעניגן איר וועט דאס ווילן איבערקוקן איינמאל און נאכאמאל.

די ניגון אילן איז קאמפאזירט געווארן דורך ר’ יחיאל ארי’, וועלכע האט אויך געשריבן די ווערטער און גראמען, און ווערט הערליך אראפגעזינגען דורך די אחים פליגמאן, אין באגלייטונג פון עטליכע ילדי הפלא פון שיר ושבח ילד הפלא שלום סאאל און ילד הפלא משה גליק. עס איז געווארן רעקארדירט אין די שיר ושבח סטודיא, און די מענער וואקאלן איז געווארן אהערגעשטעלט דורך די ידידים אינטערנאציאנאלע כאר.

א פרייליכן ראש השנה לאילנות! וואונטשן אחים פליגמאן & די שיר ושבח קינדער קאפעליע!


איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.