פון אלץ און אלעמען

צען פאקטן איבער פרעזידענט דאנעלד טראמפ

אריינפיר: עקספערטן און זאך קענער האבן פאראויס געשאצט אז דאנעלד טראמפ וועט קיינמאל נישט געווינען די אמעריקאנער וואלן. אבער דער אייבערשטער איז דער וואס פירט די וועלט און האט באשלאסן אז ער איז דער פאסיגסטער קאנדידאט פאר דעם פאסטן.

 מיר אידן האבן שוין זיכער באקומען פונעם פרעזידענט א טובה ווען מיט עטליכע וואכן צוריק האט ער ארויסגעלאזט ר’ שלום מרדכי רובאשקין פון טורמע ווי מען האט זיך מיט געפרייט מיט די שמחה פון איבער די גאנצער וועלט.

דעריבער האבן מיר באשלאסן אז עס איז א פאסיגער געדאנק צו ווידמען אונזער סעריע פון צען פאקטן, איבער דעם פרעזידענט, דאנעלד טראמפ, ליינט און האט הנאה.

1) טראמפ טרונקט נישט קיין אלקאהאל. זיין עלטערער ברידער האט זיך געמוטשעט מיט אן אלקאהאל עדיקשן במשך זיין לעבן. טראמפ האט זיך אויסגעדרוקט אין אן אינטערוויו ” איך האב מיך אסאך געלערנט פון מיין עלטערע ברידער, ער איז געווען פאר מיר א לעקציע איך זאל מיך היטן דערפון.” זיין ברידער איז געשטארבן נאכן ליידן פון אלקהאל 1982.

2) עס הערט זיך אפשר מאדנע, אבער  טראמפ’ס טאטע האט געשיקט דאנעלד אין  א מיליטערישע אקאדעמיע ווען ער איז נאך געווען אין יונגען עלטער פון 13 יאר.

3) טראמפ איז שוין געווען רייך בעפאר זיין ריעל עסטעיט קאריערע,  זיין טאטע האט אים איבערגעלאזט א גרויסע ירושה.

4) טראמפ האט געארבעט פאר זיין טאטע ווען ער איז נאך געווען א קינד פון 5 יאר. זיין טאטע האט זיך ערווארבן א פארמעגן במשך די יארן, אין ווערד פון 250 מיליאן דאלאר ארבעטנדיג מיט ריעל עסטעיט אין ברוקלין און אין קווינס.

טראמפ אלס פרעזידענט

5) טראמפ האט אפגעזאגט און געהאט דעם געלעגנהייט צו אפקויפן דעם “פאטריאט באנק” אין ענגלאנד ווייל ער האט באשלאסן אז דאס איז נישט קיין גוטע אינוועסטמענט.

6) טראמפ איז די איינציגסטע פרעזידענט וואס האט פובליצירט א שפיל אויף זיין נאמען אין 1988.

7) טראמפ האט געהייראט דריי מאל. די ערשטע מאל איז דאס געווען פון 1971 ביז 1991 די צווייטע מאל פון 1993 ביז 1999 און די דריטע מאל אין 2005.

8) טראמפ פארמאגט 18 גאלף שפיל פלעצער איבער די וועלט.

9) עס איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז טראמפ האט זיך נאך קיינמאל נישט באנוצט מיט אן עי-טי-עם מאשין.

10) טראמפ איז דער ערשטער פרעזידענט וואס האט קיינמאל נישט געהאט סיי וואספארא פאליטישע אמט אדער פאזיציע, און קיינמאל נישט געלאפן בעפאר.

איבערן שרייבער

משה ווייס

איין באמערקונג

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.