די קאר דינט אלס דער צווייטער היים פאר מענטשן וואו מען טוט זיך בארואיגן די נערוון ווען מען געפונט זיך אינדרויסן פון שטוב…
די וואך פרייטאג צונאכטס האט זיך אפגעשפילט אן אינצידענט, וואס האט איבערגעלאזט א פארשוין מיט וואונדן בשעת’ן פארברענגען רואיג אין די קאר.
די אינצידענט האט זיך אפגעשפילט אין פלארידא, פרייטאג צונאכטס, ווען דער פארשוין איז געזיצן אין די קאר פארנט פון זיין הויז זיך גרייטנדיג אוועקצופארן.
פלוצלינג איז א קעצל ארויסגעשפרינגען אן קיין פריערדיגע ווארענונג, עס איז אריינגעטאנצן אין די קאר וואו דער פארשוין איז געזעצן, און אים אנגעהויבן אטאקירן אים איבערלאזנדיג מיט ערנסטע וואונדן.
שפעטער ביים איבערקוקן די סורוועילענס קעמערא, זעט מען אז די פענסטער פון די קאר זענען געווען אפן און אזוי האט די קעצל געפונען א וועג אריין צו דעם קאר, און אנגעגריפן דעם פארשוין.
דער פארשוין האט פון גרויס פאניק גערופן די פאליציי, און עס האט געלאזט יעדן ערשטוינט ווען קעצלעך טוען געווענליך נישט די סארט ווילדע זאכן, און זענען צוריקגעבליבענע באשעפענישן. דער פארשוין איז אין א גוטן צושטאנד.