די שרעקליכע היץ כוואליע וואס האט זיך אראפגעלאזט אויף אמעריקע, האט דאך יעדער מיטגעהאלטן אויף די אייגענע ביינער.
ווי מאדנע עס הערט זיך האט די פאליציי אין מעסעטשוטשעס און אין אילענוי ארויסגעגעבן א בקשה וואו זיי בעטן זיך ביי קרימינאלן צו בלייבן אינדערהיים און נישט דורכפירן פארברעכן אין דעם שווערן וועטער, נאר ווארטן ביז די היץ כוואליע וועט פארבייגיין.
“ס’איז פשוט צו הייס ארויסצוגיין אינדערויסן און דורכפירן פארברעכן” שרייבט די פארק פארסט פאליציי סטאנציע אין אינלענוי. “מיר בעטן אלע פארברעכער און אלע וואס פירן דורך פארברעכן צוליב לאנגווייליגקייט, ביטע בלייבט אינדערהיים”. די פאליציי טוט זיי רעקאמאנדירן צו הנאה האבן פון די קילע עירקאנדישאן.
ענליך צו דעם שרייבט די בריינטערי פאליציי סטאנציע אין מאסאטשוטשעס: “צוליב די שטארקע היץ בעטן מיר פארברעכער אפצושטופן זייערע פלענער ביז מאנטאג” שרייבן זיי. “אדורכצופירן פארברעכן אין אזא היץ איז זייער געפארפול”. און זיי פירן אויס, “וועל מיר זיך טרעפן ווען ס’וועט ווערן אביסל קילער”…