די בריטישע געריכט האט געאורטיילט אז א 52 יעריגער כוליגאן וועלכער האט אונטערגעצינדן א היסטארישער שוהל אין די שטאט אקסטאר אין ענגלאנד, און איז אליינס פארכאפט געווארן אין די פלאמען – אריינצוגעפירט ווערן אין אן אנשטאלט פאר גייסטיש צערודערטע מענטשן ביז צו זיין לעצטע טאג.
די אטאקע איז פארגעקומען פארלאפענעם ערב תשעה באב, ווען דער פארשוין האט צעבראכן מיט א האק א פענסטער פון די בית המדרש וואס איז געבויעט געווארן אין יאר תקכ”ג (1763 למספרם), אריינגעגאסן אינעווייניג בענזין און אונטערגעצינדן דעם שוהל.
דער אומבאלומפערטער כוליגאן איז אליינס פארכאפט געווארן אין די פלאמען, זיין האר האט אנגעהויבן ברענען, ער האט דאס פרובירט צו פארלעשן ליידנדיג פון בריהען אויף זיין הענט און אויף זיין שטערן – ווי עס איז אפגעכאפט געווארן דורך אן ארטיגער זיכערהייט קאמערע.
דער כוליגאן איז דאן אנטלאפן און די פאליציי האט אים געכאפט אביסל שפעטער, ער האט שאדן געמאכט פאר די בית המדרש אזויפיל ווי 23,000 בריטישע פונט. ער האט א אנטיסעמיטישע פארגאנגענהייט, נאכן ארומשיקן מעסעדזשעס צו שטיצן טעראר און זינגען אנטיסעמיטישע לידער.
זיינע אדוואקאטן האבן אים געוואלט ראטעווען פון טורמע און אים באצייכנט אלס גייסטיש צערודערט, און דערפאר האט די געריכט געאורטיילט אז ער זאל בלייבן שימלען אין אן אנשטאלט פאר גייסיש צערודערטע, וואו עס איז אין א געוויסע זין פיל ערגער ווי אין טורמע.