פון אלץ און אלעמען

פארפלייצונג אין קענעדי לופטפעלד

ניו יארק סיטי – אויב איז נישט גענוג געווען די אנלייגעניש אינעם קענעדי לופטפעלד, צוליב די פילע אפגעשאפענע און פארשפעטיגטע פלי-רייזעס אלס רעזולטאט פונעם שניי שטורעם פארגאנגענעם דאנערשטאג, איז דער מצב פיל פארערגערט געווארן נעכטן אינמיטן טאג, ווען א גרויסער וואסער רער אינעם טערמינאל נומער 4 האט אויפגעריסן, ברענגענדיג א מאסיווע פארפלייצונג לענגאויס דעם גאנצן טערמינאל, אריינגערעכנט דארטן וואו פעקלעך פון אנקומענדיגע פאסאזשירן זענען געליגן.

אלעס אינאיינעם האט דער טערמינאל באקומען 3 אינטשעס הויך וואסער, צווינגענדיג די לופטפעלד באאמטע אוועקצודרייען פילע אינטערנאציאנאלע פליגערס וועלכע האבן זיך געגרייט צו לאנדן און פראצעסירן זייערע פאסאזשירן אין דעם פארפלייצטן טערמינאל. באזונדער האט צייטווייליג געהערשט א קורצשלוס אינעם טערמינאל.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.