פון אלץ און אלעמען

א חתונה אין ישיבה!

אריינפיר: די אידישע וועלט איז אויף מיט די נייעס אז אין די “ישיבה היכל הקודש ברסלב אין וויליאמסבורג,” איז פארגעקומען א שמחת החתונה, אויף א שטייגער אז די מחותנים זאלן נישט דארפן אויסבלוטיגן פון געלט צוליב די הויכע סטאנדארטן פון חתונה מאכן קינדער שלעפן אריין אין פאנטאסטישע סומעס געלט, אין צוגאב צו די הוצאות וואס זענען שוין איבער גענוג מיט אויסרישן די פארפאלק, צאלן רענט עטליכע מאנאטן בעפאר, און אזוי ווייטער.

אנשטאט מענטשן זאלן דאס אוועקמאכן און אויסלאכן, האט זיך אנגעזען א שטורעמישע כוואליע פון פאזיטיווע באמערקונגען, מ’האט געקענט הערן פון מענטשן וואס מאכן שוין חתונה קינדער, גאר שטארקע לויב אויסדרוקן און מיטהאלטן ווי מענטשן באגריסן דאס כאטש עס איז נישט דער סטאנדארט, אדער אז ס’איז אזוי אנדערש ווי אנגענומען.

אסאך וואונדערן זיך, וועמענס געדאנק איז דאס, וויאזוי ברענגט מען אזאנס צושטאנד, און וואס זענען די ווייטערדיגע פלענער. מיר האבן זיך דעריבער פארבינדן מיט איינע פון די חשוב’ע עסקנים און ווארטזאגער פאר מוסדות ברלסב וויליאמסבורג וואס האט אויסגעקליבן צו בלייבן אנאנים, און אים געבעטן צו ענטפערן פראגעס וואס קענען זיין אינטערסאנט צו אונזערע ליינער.

אידישער ווינקל: וועמענס פלאן איז דאס געווען, ווער האט בכלל גע’חלומ’ט אז אזא זאך קען צושטאנד קומען, און ווען האבן זיך די פלענער פון אזא זאך אנגעהויבן?

ענטפער: דער געדאנק קומט פון מוהרא”ש זי”ע וואס האט געמאכט אזא ענליכע זאל אין זיין שטעטל יבנאל אין ארץ ישראל. צו מאכן די חתונות גרינג און ביליג, אז די שמחה זאל זיין בשלימות און נישט אויסגעמישט מיט הארץ ווייטאג. אז עס זאל זיך גרינג וועלן חתונה מאכן די קינדער, נישט אז ס’זאל זיין א פרעשור וואס מען האט נישט ליב צו טון.

תלמידים פון מוהרא”ש האבן אלעמאל פרובירט דאס צו טון אויך דאהי, צו מאכן די חתונות אלץ גרינגער און ביליגער, און יעצט האט מען זוכה געווען דאס אויסצופירן אויף א פרישן שטאפל צו מאכן די חתונה אין שול, אויף א שטוינענד ביליגן אופן.

אידישער ווינקל: וועט א פרעמדער אויך קענען חתונה מאכן דארט אדער איז עס געאייגענט נאר פאר תלמידים?

ענטפער: לכאורה יא, אבער קיינער האט דערווייל נישט געבעטן…

די חופה אין חצר פון ישיבת היכל התורה, צייגנדיג אז אויב וויל מען, קען מען!

אידישער ווינקל: געבן פלאסטיג טישטיכער, און פאום גלעזלעך, איז נישט אביסל צו פשוט פאר די שמחה פון א חתונה?

ענטפער: וואס איז דער פראבלעם אז ס’איז פשוט, אדרבה ס’איז נאר א מעלה. דער עולם זאל ענדערש עסן אין פענסי כלים, און די מחותנים זאלן זיך עסן דאס געזונט?…

אידישער ווינקל: ווען אנדערע חתונה-זאלן האבן אנגעהויבן MP3 האבן זיי געהאט א געפעכט מיט זינגערס צו מען מעג נוצן זייערע רעקארדינגס, וויאזוי געבט מען זיך אן עצה דערמיט?

ענטפער: די מוזיק איז נישט געווען פון סידיס, נאר פון רעקארדירונגען פון אנדערע חתונות. דאס באלאנגט נישט פאר די זינגערס נאר פאר יענע מחותנים, וואס האבן טאקע געגעבן רשות.

די בחורים פון ישיבת היכל התורה נעמען אנטייל אין די פייערדיגע טענץ, ביי די חתונה אין זייער ישיבה.

אידישער ווינקל: קען מען מאכן אזא חתונה אן די בחורים? וויפיל וועט קאסטן לעיבאר?

ענטפער: מען דארף נישט דוקא די בחורים, בלויז עטליכע קרובי המשפחה דארפן צולייגן א האנט.

אידישער ווינקל: וואס גייט זיין מיט די עיר קאנדישאן, סאיז געווען נעכטן זייער הייס לויט ווי עס האבן זיך ארומגעדרייט שמועות?

ענטפער: יא. עפעס דארף מען זיך דאך אויסלערנען די ערשטע מאל…

האפנטליך ביי די קומענדיגע חתונה וועט מען צושטעלן בעסערע און מער עירקאנדישאנס.

אידישער ווינקל: וואס איז די חשבון פון געלט וואס מען בעט?

ענטפער: זירא.

די בחורים ביים מאכן א חתונה זאל, פון זייער ישיבה, בעפארן חתונה.

אידישער ווינקל: איז וואס שפארן זיך מחותנים?

ענטפער: אלעס. די חתונה נאכט האט זיי “גארנישט” געקאסט.

אידישער ווינקל: קלאפט דאס נישט אויס אויף די סדר הישיבה, און פריוואטקייט פון די בחורים טרעפן זיך אין א חתונה זאל מיט הונדערטער מענטשן?

ענטפער: די חתונות זענען נאך די סדר הישיבה. און די בחורים פרייען זיך צו קענען אנטייל נעמען אין די הכנות צוצוגרייטן דעם זאל.

אידישער ווינקל: די ישיבה לייגט צו געלט צו פארשפארן די מחותנים? איז דא נדבנים?

ענטפער: עס זענען געווען נדבנים איבערצומאכן שיין די ווייבער שול, אז עס זאל זיין שיין אהערגעשטעלט פאר די פרויען.

אידישער ווינקל: וואס זענען די ווייטערדיגע פלענער?

ענטפער: צו מאכן נאך אסאך ביליגע חתונות פאר אידישע קינדער.

אידישער ווינקל: די בחורים זענען צופרידן פון די נייע געדאנק וואס ברענגט זיי אסאך דרוק און ארבעט?

ענטפער: זייער צופרידן. זיי ווארטן שוין קוים אז זייער חתונה זאל אויך דארט זיין.

אידישער ווינקל: איז דא סיי וועלכע זאכן וואס מען האט נישט פאראויסגעזען, און מען פלאנירט דאס צו פארבעסערן?

ענטפער: די עירקאנדישן, ווי פריער דערמאנט

אידישער ווינקל: זענען שוין דא נאך חתונות אויפן סקעדזשועל?

ענטפער: דערווייל נישט

אידישער ווינקל: פלאנט מען דאס צו טון אויך אין ברסלב’ע געביידעס אין אנדערע שטעט?

ענטפער: דערווייל נישט.

אידישער ווינקל: וואס זענען די מערסט אינטערסאנטע פידבעק וואס מען שוין באקומען “גוט אדער שלעכט?”

ענטפער: עס איז דא אזויפיל קאמענטארן, אז ס’איז שווער צו האלטן חשבון… רוב עולם האט זייער הנאה פון דעם געדאנק, און ספעציעל די וועלכע האבן שוין חתונה געמאכט מער פון איין קינד…

אידישער ווינקל: גייט מען אריינלייגן מער געלט אין די בית המדרש צו פארשענערן די זאל?

ענטפער: ווי געזאגט האט מען אריינגעלייגט געלט אין די פרויען זאל, מען דארף יעצט אביסל צייט צו אטעמען, אבער פלענער זענען שוין דא.

אידישער ווינקל: ווער האט געקעיטערט? האט מען אים באצאלט?

ענטפער: דאס עסן איז צוגעשטעלט געווארן דורך די קהלה מיטגלידער, וועלכע האבן געקאכט פאר די חתונה, און זיך געפריידט צו קענען אנטייל נעמען אין אזא געוואלדיגע פראיעקט.

אידישער ווינקל: נו, וויאזוי איז טאקע דורך די חתונה?

ענטפער: הערליך שיין און גאר פרייליך. עס לאזט זיך נישט גלייבן אז אזא פשוטע חתונה זאל זיין אזוי פרייליך, אפשר טאקע דערפאר ווייל עס האט זיך נישט געגאסן אידיש בלוט אונטער דעם.


מיר טוען זיך באדאנקען פארן אוועקגעבן צייט, און דערציילן פאר די אידישער ווינקל ליינער וואס עס איז פארגעגאנגען אביסל “פון אנדערן זייט.” דער באשעפער זאל העלפן איר זאלט קענען אויפטון ווייטער אין אלע הינזיכטן.

איבערן שרייבער

ארי ווייזער

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.