שפאניע און פראנקרייך האבן דעם פרייטאג געהאט דרינגענדע עמערדזשענסי געשפרעכן, איבער א קריזיס וואס ווערט גערופן “קלאברינא און סאריטא”; צוויי שווארצע בערן…
אום אקטאבער האט פראנקרייך באפרייט די צוויי סיבירישע פינף יעריגע בערן קלאברינא און סאריטא, וואס זיי האבן באקומען צו קענען צוריקברענגען די סארט בערן וועלכע זענען ביים שוועל פון אינטערגאנג אין די פיראנער בערג, וועלכע גרעניצט פראנקרייך מיט שפאניע.
אבער אנשטאט די בערן זאלן צוריק איבערפלאנצן זייער אנוועזנהייט, האבן זיי אנגעהויבן צו אנזייען טויט און פארניכטונג. די בערן – איבערהויפט קלאבארינא – פארציקן שאף וועלכע פאשענען אויף די שפאנישע זייט פון די בערג.
אין די לעצטע פאר טאג זענען שוין באריכטעט געווארן אכט פארציקונגען אין די שפאנישע געגנט, אין צוגאב פון נאך א פארציקטן שעפס אויף די פראנצוזישע טעריטאריע.
פראנקרייך פאלגט נאך די צוויי בערן מיט אפאראטן וואס מען האט זיי געלייגט אויפן האלז, און ווי מען זעט האבן זיי בעסער ליב די שפאנישע טיילן פון די בערג ווי די פראנצוזישע.
קלאבירינא האט זיך ערוועקט פון איר ווינטער שלאף אין די אראגאן געגנט אויף דרום זייט פון די פיראנישע בערג, דרום זייט פון וואו זי האט פארציקט די שאף.
אין ליכט פון די בערישע פארציקונגען האבן זיך געטראפן פארשטייער פון ביידע לענדער אין מאדריט פאר ‘טעכנישע זיצונגען’, וואס די שפאנישע מידיע האט גערופן “די בערן סאמיט”… אויפן ארט זענען אנוועזנד געווען אויך לאקאלע ביוקראטארן פון די געגנטער וואו די בערן-קרבנות זענען געפאלן.
אין די זיצונג איז געבליבן אז מ’וועט “פארמערן מיטן איבערגעבן אינפארמאציע איינער פארן צווייטן איבער די בערן”, און אז די לאקאלע פאליציי פון ביידע לענדער זאלן אינאיינעם קאאפארירן צו פארמיידן צוקונפטיגע פארציקונגען…