קאליפארניע – א שרעק איז אנטשטאנען פארנט פונעם היים פונעם אמעריקאנער טרעזשורי סעקרעטאר, סטיוו מענוטשין, נאכדעם וואס א פארדעכטיגטע פעקל איז אפגעליפערט געווארן ביי דער טיר.
די לאס אנדזשעלעס פאליציי איז אראפגעקומען און אפגעשפארט די גאס, און האבן אראפגעברענגט באמבע דערשפירער, צו אונטערזוכן דאס פעקל.
אבער ס’האט זיך למעשה ארויסגעשטעלט צו זיין נישט מער ווי א שאכטל פון אפפאל און מיסט, וואס אפאר ליבעראלע אקטיוויסטן האבן צוגעשיקט צו מענוטשין פונקט אין צייט בעפאר דער גוי’אישער חאגע, און אויפ’ן שאכטל איז געשטאנען “א געשאנק פונעם אמעריקאנער פאלק”.