כלל ישראל איז צעשוידערט און צעטרייסלט הערנדיג די ביטערע בשורה פון די טראגישע אומקום, נאכדעם וואס א היימישער אינגערמאן ר’ פנחס מנחם פעשוואזמאן הי”ד איז אומגעקומען פון שראפנעל וואס א ראקעט האט ארויסגעשאסן נעבן א געביידע אין אשדוד.
דאס איז געווען די דריטער אידישער קרבן פון די ווילדע ראקעט ארויסשיסן דעם וואך פון עזה צו מדינת ישראל, דער קרבן ציבור איז ליידער אומגעקומען פון די וואונדן, איבערלאזנדיג א צעבראכענע אלמנה און צוויי קליינע יתומים.
ווי די צוטרייסלטע משפחה זאגט, איז דער קדוש ר’פנחס מנחם נישט דער ערשטער קרבן פון טעראר אין די משפחה. זיין מאמע האט פארלוירן איר ברודער – דער 24 יעריגער מרדכי יהודא פריעדמאן הי”ד פון בית שמש – ביים באס טעראר אטאקע אין הר מרון, און נאך א ברודער אליהו זאב פריעדמאן הי”ד איז אומגעקומען ביי די אומגליק וואס האט פאסירט ביים בנות יעקב בריק.
ר’ פנחס מנחם איז געבוירן אין בית שמש צו זיין טאטן ר’ חיים דוב שליט”א, א גאר חשוב’ער איד און א באקאנטער מורה הוראה אין קהלה קדושה גור. אלס קינד האט ער געלערנט אין תלמוד תורה פני מנחם אין בית שמש, און אלס בחור אין גור’ער ישיבה גדולה. ער איז אן איידעם געווארן צו ר’ יצחק ברוינער פון אשדוד, וואו ער וואוינט דארט זינט זיין חתונה, און ער האט אויפגעשטעלט א שטוב מיט צוויי קינדער.
תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.