אטלאנטא – אין א קלאפ פאר דער אמעריקאנער אוויאציע פירמע “באואינג”, האט דעלטא עירליינס געמאלדן אז זי האט באשטעלט 100 נייע פליגערס פון דער אייראפעאישער אוויאציע פירמע “עירבאס”.

דעלטא האט באשטעטיגט הונדערט פון די עירבאס “ניא-320” פליגערס, מיט אן אפציע צו באשטעלן נאך הונדערט פונעם זעלבן פליגער אינעם צוקונפט. עירבאס און באואינג זענען שוין לאנגע יארן די גרעסטע קאנקורענטן, און יעדעס מאל וואס איינער פון די צוויי געווינט א פרישן גרויסן קאנטראקט, מאכט עס העדליינס און עס קלאפט דעם מאראל פון אינוועסטירער פונעם קעגנער.

אצינד איז געווען דערווארט אז די סטאקס פון עירבאס וועלן זיך הייבן, אלס רעזולטאט פון דער גרויסער באשטעלונג פון דעלטא עירליינס, וועלכע האט געזאגט אז זי איז מער צופרידן מיט עירבאס’ דעזיין פון שמאלע קליינע פאסאזשיר פליגערס.

קרעדיט: דער איד

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.