קאנאדע – לאנגע יארן ווערט שוין דעבאטירט דער פאקט אז אויסלענדישע רייכע אינדיווידועלן קויפן איין הייזער אין קאנאדישע און אמעריקאנער שטעט, און דאס ברענגט אז ריעל עסטעיט פרייזן זאלן שטייגן.
די טעאריע ארבעט אז ריעל עסטעיט בראוקערס און דעוועלאפערס ווייסן, אז די אויסלענדישע אינדיווידועלן זענען גאר רייך און וועלן זיך לאזן קאסטן צו קויפן טייערע הייזער און געביידעס אין געגנטער וואו די פרייזן זענען הויך, הייבן דעריבער די בראוקערס און דעוועלאפערס די פרייזן.
א שטודיע וואס איז דורכגעפירט געווארן דורך די קאנאדישע רעגירונג’ס סטאטיסטיקס ביורא צייגט אבער, אז עס איז נישט ממש אמת. די ביורא האט געקוקט אויף טאראנטא און ווענקאווער, צוויי שטעט וואו מען האט אייביג געוואוסט אז ס’איז טייער ריעל עסטעיט צוליב א סאך אויסלענדישע איינקויפער, און עס שטעלט זיך למעשה ארויס אז אין טאראנטא זענען בלויז 3.4 פראצענט פון ריעל עסטעיט אונטער אויסלענדישע אייגענטום, און אין ווענקאווער איז עס בלויז 4.8 פראצענט. עקספערטן זאגן אז אויב מ’זאל מאכן אן ענליכע פארשונג אויף אמעריקאנער סיטיס מיט טייערע ריעל עסטעיט, וועט מען זען אן ענליכן רעזולטאט.
קרעדיט: דער איד