פאריז – פראנצויזישע פאליציי זאגן, אז א היימלאזער מאן האט געטראפן א הויפן קעש פארגאנגענע וואך אינעם “טשארלס דע גאול” לופטפעלד אין פאריז, און האט אומגעשטערט פארלאזט דעם לופטפעלד מיט דאס גאנצע געלט, וואס האט בסך הכל באטראפן 300 טויזנט יוראס, אדער 354 טויזנט אמעריקאנער דאלאר.
די געשיכטע איז אנטדעקט געווארן דורכדעם וואס פאליציי האבן איבערגעקוקט סורוועילענס קאמערעס און געזען דעם היימלאזן מאן – וועמען זיי קענען שוין ווייל ער דרייט זיך א סאך אינעם לופטפעלד – נישטערן אין מיסט פאר אביסל עסן.
בשעת’ן נישטערן אין מיסט, האט זיך א דערנעבנדיגע טיר פערצופאל געעפנט, און דער היימלאזער איז דארטן אריין, טרעפנדיג א רענצל מיט קעש געלט. עס שטעלט זיך ארויס אז יענע טיר האט געפירט צו א צימער פון “לומיס”, א “קעש טראנספערירונג” פירמע. די פאליציי האבן אונטערגענומען אן אינטענסיווע זוך אקציע נאכ’ן גליקליכן היימלאזן מאן.
קרעדיט: דער איד