ניו יארק – א טיפער טרויער און אומעטיגער יתמות געפיל האט ארומגענומען אידן איבער דער גארער וועלט, ווען מ’האט נעכטן געהערט די שווערע ביטערע בשורה, איבער דעם הסתלקות פונעם זקן האדמו”רים וזקן צדיקי הדור, פאר הדור והדרו, משיב לבבות ישראל לאביהם שבשמים, כ”ק מרן אדמו”ר הרה”ק רבי ישראל אברהם פארטוגאל זצוקללה”ה, דער סקולענער רבי, וואס האט מחזיר געווען נשמתו לבוראה אין טיפן עלטער פון 95 יאר, צום גרויסן צער פון המוני בית ישראל בכל מקומות מושבותיהם.
דער סקולענער רבי זצוק”ל איז אין די לעצטע חדשים געליגן אין שפיטאל מיט שווערע יסורים און א פארצויגענע מחלה, און כלל ישראל האט די גאנצע צייט איינגעריסן מיט תפלות ובקשות צום הייליגן באשעפער, לקיים בנו חכמי ישראל, דער רופא חולי עמו ישראל זאל רחמנות האבן אויף אונזער דור יתום און שענקען אריכות ימים ושנים פאר’ן גרויסן צדיק, “מרן ישראל אברהם בן שיינא רחל”, וואס פארשיינט שוין אזויפיל יארן פאר אידישע קינדער, אז ער זאל קענען ווייטער באלייכטן אידן מנועם זיו קדושתו. אין די לעצטע וואכן, זענען אויך ערשינען כרוזים פון די סאמע גרעסטע גדולים וצדיקים אין ארה”ק, ובראשם רבותינו שרי התורה חברי הביד”צ העדה החרדית אין שפיץ פון מרן הגה”ק גאב”ד ירושלים שליט”א, וואס האבן געהייסן מתפלל זיין פאר דעם צדיק וקדוש שרבים צריכים לו, אבער ליידער איז שוין די גזירה געווען פארזיגלט, און נעכטן אין די שפעטע נאכמיטאג שטונדן, בעת אידן האבן נאך פרובירט איינרייסן די שערי רחמים מיט תפילות, איז דער סקולענער רבי זצוק”ל נסתלק געווארן לגנזי מרומים, הוא הלך למנוחות, ואותנו עזב לאנחות, לדאבון לב כל בית ישראל.
*
דער סקולענער רבי זצוק”ל איז געבוירן געווארן ח”י סיון שנת תרפ”ג אין דער שטאט סקולען אין מאלדאווע, הארט ביי דער רומענישער גרעניץ, אלס איינציגער זון צו זיין גרויסן פאטער דער צדיק וקדוש מפורסם כ”ק מרן אדמו”ר הגה”ק רבי אליעזר זוסיא מסקולען זצוק”ל בעל “נועם אליעזר”. אין זיינע בחור’ישע יארן האט ער געלערנט ביי הרה”ק בעל דמשק אליעזר זצוק”ל אין דער שטאט וויזניץ, און כשהגיע לפרקו האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית הצדיקת רייזל ע”ה.
נאכ’ן צווייטן וועלט קריג, וואו דער רבי זצוק”ל איז געראטעוועט געווארן פון די קאנצענטראציע לאגערן און פון די נאצישע נעגל, האט ער אינאיינעם מיט זיין גרויסן פאטער געארבעט צו ראטעווען קינדער וואס זענען געווארן יתומים ביי דער קריג. דאס הויז פון זיין פאטער איז דאן געווארן אנגעפילט מיט קינדער, וועלכע ער האט געהאלפן אויפציען און זיי געהאלטן ביי אידישקייט אין יענע גאר שווערע זמנים.
מ’האט ארויסגעשווערצט די קינדער קיין בוקארעשט, און דעם רבינ’ס פאטער דער נועם אליעזר זצוק”ל איז געכאפט און ארעסטירט געווארן דורך די רשעות’דיגע קאמוניסטן, וועלכע האבן באטראכט זיינע פעולות פאר אידישקייט אלס א געפאר צום קאמוניזם. אינאיינעם מיט אים איז אויך ארעסטירט געווארן בנו יחידו דער רבי זצוק”ל, וועלכער האט דערביי מיטגעמאכט ביטערע יסורים און פייניגונגען, און די אלע שפעטערדיגע יארן פלעגט ער דערציילן די נסים מן השמים וויאזוי ער האט דאס אלעס איבערגעלעבט.
יאר יערליך פלעגט דער רבי זצ”ל פראווען דעם געהויבענעם “שבת נחמו” באגלייט מיט א גרויסע “סעודת הודאה” מוצאי שבת נחמו, וואו ער האט געדאנקט דעם רבונו של עולם פאר די גרויסע נסים וואס ער האט געטון פאר אים און זיין טאטן בעת’ן זיך געפונען דעמאלט אין רומעניע און דארט פרובירן אויפצוטון פאר אידישקייט אונטער די קאמוניסטישע רשעים. דאס יהדות ניו יארק געדענקט גוט די פייערליכע סעודות הודאה’ס מדי שנה בשנה, וואו טויזנטער אידן האבן אינאיינעם מיט’ן סקולענער רבי’ן זצוק”ל געטאנצט בתוך רבים אהללנו און שעה’ן געזונגען די אויסגעווייקטע סקולענער ניגונים און מעלאדיעס, מלא רגש והודאה להשי”ת.
נאכ’ן באפרייט ווערן פון ארעסט, האט דער רבי זיך געצויגן קיין אמעריקע אינאיינעם מיט זיין טאטן זי”ע, וואס האט זיך באזעצט אין קרוינהייטס און אוועקגעשטעלט דארט דעם סקולענער בית המדרש און שפעטער אין וויליאמסבורג. דער סקולענער רבי זצוק”ל האט זיך שפעטער געצויגן קיין בארא פארק, וואו ער איז פארבליבן אין לויף פון די לעצטערע צענדליגער יארן, ומשם יצא תורתו וצדקתו וקדושתו איבער דער גאנצער וועלט, פארשיינענדיג דעם כלל ישראל ביז צום לעצטן אטעם פון זיין הייליגן לעבן.
עס איז אוממעגליך אין דעם פארמאט פון די פאר שורות אראפצוגעבן די גרויסקייט און הייליגקייט פונעם סקולענער רבי’ן זצוק”ל, וואס אויסער זיין גדלות בתורה ועבודה, זיין קדושה, זיין זהירות, זיין יראה, זיין מקרב זיין לבבות ישראל לאביהם שבשמים, האט ער זיך מפקיר געווען דורכצופירן במשך ימי חייו גדולות ונצורות פאר אידישע קינדער און אפצוהיטן דעם גחלת ישראל שלא תכבה.
דער רבי זצוק”ל איז געווען א דמות דיוקן פון א צדיק פונעם אמאליגן דור, און פון איבער דער וועלט האבן אידן געשטראמט צו נעמען פון אים א ברכה, זיך שואל עצה זיין ברצון צדיק, אדער אפילו בלויז שעפן קדושה פון דער הייליגער צורה, און צוקוקן די טיפע קרעכצן און דאס דביקות אויף יעדן טריט און שריט. דער רבי זצוק”ל איז געווען באקאנט מיט זיין הייליג הארץ, וואס האט געפיבערט און געזידט מיט ליבשאפט פאר יעדן איד, א פלאם-פייער האט זיך געגאסן ביי זיינע הייליגע טישן, וואס ער האט געפראוועט בדרך אביו הק’ און אויך פארפאסט אומצאליגע הארציגע און הייליגע ניגונים, וועלכע זענען פארבליבן אלס אן אוצר בלום און שלל רב פאר’ן כלל ישראל אויף לדורות.
אויסער דעם איז דער רבי זצוק”ל געשטאנען אויפ’ן פראנט פון דער מלחמה לה’ בעמלק, אין יעדן הינזיכט און אויף יעדע זאך וואס האט א שייכות צו צניעות וקדושה און סיי וועלכע פירצה כנגד הדת, וואס דער רבי זצוק”ל האט געזען דערין אז ס’איז א חורבן פאר’ן דור, האט ער זיך ארויסגעשטעלט און מעורר געווען דערקעגן, רופנדיג אידישע קינדער זיך צו האלטן צום אמת’דיגן מסורה און צום דרך הקדושה והטהרה הסלולה לנו מאבותינו ורבותינו הק’.
דער סקולענער רבי זצוק”ל האט זוכה געווען צו זיין דער ערשטער פון די גדולי וצדיקי הדור וואס האט אנגעהויבן פירן קאמף קעגן די ביטערע כלי משחיתים, די טריפה’נע טעכנאלאגישע כלים, אויף א נאכאנאנדיגן פארנעם נאך אין די סאמע ערשטע יארן, ווען די טריפה’נע כלים האבן אנגעהויבן מאכן זייערע ערשטע טריט אריינצודרינגען ביים כלל ישראל. שוין אין יענע צייטן האט דער רבי זצ”ל געליארעמט יומם ולילה קעגן די טריפה’נע כלים, מעורר געווען ביי אלע זמנים, ביי יעדן מעמד החופה פון אן אייניקל, און מיט הייסע טרערן זיך געבעטן צו אידן אוועקצואווארפן די כלי משחיתים, וואס ברענגען אלע צרות אויף דער וועלט. שוין אפגערעדט פון דעם רבי’נס דורכדרינגליכע השפעה דורכצופירן דעם היסטארישן “כינוס כלל ישראל” אין סיטפיעלד ניו יארק במעמד רבבות מישראל, וואס האט בוכשטעבליך אוועקגעשטעלט דעם אבן היסוד אויף דורי דורות פון די תקנות אין אלע קהילות קדושות בישראל זיך צו פארפאנצערן קעגן די גע’אסר’טע כלי משחיתים.
משאת נפשו פונעם רבי’ן זצ”ל איז געווען זיין הייליגע מיסיע מקרב צו זיין רחוקים לאביהם שבשמים, מיט’ן אנפירן די הייליגע מוסדות “חסד לאברהם” מיט אירע פארצווייגטע פעולות. דער רבי זצ”ל האט זיך דערפאר אוועקגעגעבן בכל נימי לבו ונפשו, אפילו ווען ס’האט אים געקאסט ביטערע כוחות הנפש והגוף, און אפילו ער איז שוין געווען אין א גאר שוואכן צושטאנד, טאג און נאכט האט ער זיך געזארגט פאר די הייליגע מוסדות חסד לאברהם און געזען אין זיי ווי זיינע ‘אייגענע קינדער’. כל ימיו האט דער רבי זצ”ל מכתת רגליו געווען און מיט מסירת נפש’דיגע כוחות געשאפן החזקה פאר די מוסדות, און ער פלעגט אלץ וואונטשן די אידן וואס האבן געהאלפן ‘חסד לאברהם’, מיט ברכותיו הטהורות מיט א מורא’דיגן הכרת הטוב באופן יוצא מן הכלל.
דאס שטארקע דביקות וואס כלל ישראל האט געשפירט צום סקולענער רבי’ן זצוק”ל האט זיך ספעציעל שטארק אנגעזען אין די לעצטע שווערע חדשים, וויסנדיג אז ער איז דער לעצט-פארבליבענער קשר צום פריערדיגן דור, און יעדעס מאל וואס מען האט געהערט אז דער פיזישער מצב פון רבי’ן איז נישט ווי עס דארף צו זיין, האבן אידן אומעטום זיך גענומען פריש איינרייסן און מתפלל זיין לרפואת הצדיק, מיט דער האפענונג אז מ’וועט נאך צוריק זוכה זיין צו די שיינע לעכטיגע טעג פון אמאל, זיך קענען ווארעמען ווייטער אין זיין שאטן, מיטהאלטן זיינע הייליגע ניגונים, און מיט געשטארקטע געפילן האט מען אלץ געהאפט, נאך אין די לעצטע טעג, אז אין די ימי השמחה פון חודש אדר וועט נשפע ווערן א ישועה ונחמה און א רפואה שלימה פאר דעם צדיק וקדוש, אויף וועמען דער דור האט אזוי ארויסגעקוקט ער זאל בלייבן צווישן אונז און ווייטער ברענגען השפעות טובות פאר’ן גאנצן כלל ישראל.
אבער ליידער, נאכ’ן אפליגן די לעצטע וואכן אינעם שפיטאל אין באלטימאר, איז דער מצב געווארן ערגער, כבר נגזרה גזירה, און נעכטן זונטאג נאכמיטאג, כ”ה אדר ב’, איז געווען “נצחו אראלים את המצוקים ונשבה ארון אלקים”, דער סקולענער רבי זצוק”ל איז ארויף למעלה בגנזי מרומים, נאכ’ן פארשיינען די וועלט 95 יאר מיט זיין עבודת הקודש, להקים עולה של תורה וקדושה, ואותנו עזב לאנחות, איבערלאזנדיג א שרעקליכן חלל ביים כלל ישראל, וואס איז דערשיטערט און צעבראכן, וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה’.
*
די ריזיגע לוי’ וועט פארקומען היינטיגן דינסטאג אינדערפרי אום עלף אזייגער, פארנט פון סקולענער בית המדרש אין בארא פארק, וואו עס ווערן דערווארט צענדליגער טויזנטער אידן פון איבער גאנץ גרעיטער ניו יארק, ניו דזשערסי, קאנאדא, און פון נאך גאר ווייטע שטאטן, און אויך פון אייראפע און ארץ ישראל, וואס וועלן קומען צו פארן צו דער מסע הלוי’ און אנטיילנעמען באשכבתיה דרבי.
די עסקנים בעטן שטארק מ’זאל זיך האלטן צו דער ארדענונג און אויספאלגן די פאליצייאישע אנווייזונגען, סיי איבער טראפיק און סיי איבער אלע אנדערע זאכן, כדי די לוי’ זאל קענען אריבערגיין אן קיין איבריגע אינצידענטן ח”ו.
לויט ווי די פאליציי האט געבעטן איבערצוגעבן, וועלן די גאסן אין בארא פארק פון דער 52’סטער סטריט ביז צו דער 61’סטער סטריט, פון דער צוועלפטער עוועניו ביז צו דער זעכצנטער עוועניו, זיין גענצליך אפגעשפארט ביז נאך דער מסע הלוי’.
נאכ’ן האלטן די הספדים און באגלייטן לענגאויס די גאסן אין בארא פארק, וועט דער ארון הקדוש געפירט ווערן קיין מאנסי, וואו מ’וועט זיך אפשטעלן ביים סקולענער בית המדרש אויף בלובערי היל רד. פון וואו די לוי’ וועט ארויסגיין און גיין ביז צום צום בית החיים, וואו דער רבי זצוק”ל וועט קומען לקבורה סמוך ונראה צו זיין גרויסן פאטער הרה”ק בעל נועם אליעזר מסוקלען זצוק”ל.
אוי לספינה שאבדה קברניטה, הורם הנזר והוסרה העטרה, חמדת ישרא”ל, לבם של ישרא”ל, אוהב ישרא”ל באמת, הוי מי יתן לנו תמורתו.
זכר צדיק וקדוש לברכה לחיי העולם הבא, זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל. באריכט קרעדיט: דער דעילי איד