אידישע נייעס

קאנגרעס ביל וועט העלפן אידישע קהילות

וואשינגטאן – קאנגרעס האט פאראויסגערוקט א ביל וועלכע וועט העלפן שוהלן און אידישע קהילות באקומען פעדעראלע רעגירונג הילף אין פאל פון נאטורליכע קאטאסטראפעס, א שטייגער ווי האריקעינס און ערדציטערנישן.

דער ביל איז אויפגעברענגט געווארן אינעם קאנגרעס נאך די לעצטערע סעריע האריקעינס אין טעקסאס, פלארידע און פארטא ריקא, וואו פילע אידישע שוהלן, און להבדיל קירכעס, האבן זיך באקלאגט אז זיי ווערן אויסגעשלאסן פון באקומען פימא געלטער, ווייל די רעגירונג טאר נישט שטיצן דירעקט רעליגיע. דאס געזעץ אין קאנגרעס וועט אהערשטעלן אן אויסנאם, אז אין פאל פון דיזעסטערס, קענען רעליגיעזע אינסטיטוציעס יא באקומען פעדעראלע הילף, ווייל די געלט גייט בלויז צו העלפן צוריקשטעלן זייער אינפראסטרוקטור, און עס האט גארנישט מיט רעליגיע.

פארגאנגענעם פרייטאג האט די קאנגרעס טראנספארטאציע און אינפראסטרוקטור קאמיטע געשטימט דערויף, און מען ערווארט אין די נאענטע טעג עס אויפצוברענגען אין גאנץ קאנגרעס פאר אן אפשטימונג.

קרעדיט: דער איד.

 

 

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.