“די מאטארביציקלעך גרופע פון איראק”, איז באקאנט געווארן לעצטנס נאכדעם וואס א גאנצער כאפטע פון מאטארביציקליסטן, אנגעטוען אין היטלעך, לעדערנע מאנטלען, און באוואפנט מיט די איראקער פענער, פארן ארום ווילד איבער די שאסייען פון איראק, מיט איין ציל: פאראייניגן דאס צעשפליטערט פאלק.
“אונזער ציל איז אז עס זאל הערשן אחדות” זאגט בילאל, א 42 יעריגער רעגירונג’ס איינגעשטעלטער וואס האט אויפגעשטעלט די “מאטארביציקלעך גרופע” אין יאר 2012.
בילאל וויל בעסער מאכן דאס אויסזען פון די גרופע וואס פארט ארום ווילד מיט די מאטארביציקלעך איבער די לאנד, און דאס אויסניצן פאר שלום, נאך יארן וואס פארשידענע פראקציעס אין איראק רייסן זיך ביי די קעפ.
עס איז דערפאר נישט קיין וואונדער אז די נומער איינס געזעץ פון זיין גרופע איז, צו פארבאטן סיי וועלכע שמועס איבער פאליטיק.
איינער וואס ווערט געכאפט רעדן פאליטיק – נישט קיין חילוק וואו אין דער וועלט, אפילו ביי זיך אין שטוב – באקומט א ווארענונג, און דערנאך א צווייטע, און דאן ווערט ער סוספענדירט פון די מאטארביציקלעך גרופע.